וואשינגטאן – א באריכט אין "פאליטיקא" צייגט אז פאול רייען, דער רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, קלערט ערנסט צו רעטייערן פון קאנגרעס נאך די יאר 18' מידטוירם וואלן. דער באריכט ברענגט נאך קאמענטארן פון דרייסיג אנאנימע קוועלער, אריינגערעכנט נאענטע פריינט און ראטגעבער פון ספיקער רייען, וועלכע זאגן אז ער איז מיד און אנטוישט פון זיין ארבעט אין וואשינגטאן, און וויל רעטייערן און ווערן א פריוואטער בירגער. אנדערע ענליכע באריכטן זאגן גאר אז רייען טראכט פון רעזיגנירן גלייך אין די קומענדיגע וואכן, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער וועלן סוקסעספול האבן באשטעטיגט דעם שטייער רעפארם ביל – א זאך וואס רייען האט געהאלטן אלס א פריאריטעט אין לויף פון זיין גאנצער פאליטישער קאריערע.

רייען אליינס האט נעכטן אפגעלאכט ווען מען האט אים געפרעגט איבער די באריכטן.

בילד: פאול רייען וויל רעטייערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל