ניו יארק – די "האפינגטאן פאוסט" נייעס אגענטור האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט אנטדעקט א ספעציעלע אנווייזונגען ביכל וואס די אנטיסעמיטישע "דעילי שטירמער" וועבזייטל האט פובליצירט פאר אירע שרייבער, מיט אנווייזונגען וויאזוי זיי זאלן אפשרייבן ארטיקלען און נייעס באריכטן. דער "דעילי שטירמער" איז אן אמעריקאנער אנטיסעמיטישע וועבסייט, וועלכע פארמאגט ארטיקלען אויפ'ן זעלבן סטיל פון דער טרויעריג-בארימטער "שטירמער" צייטונג פון נאצי-דייטשלאנד, און דאס וועבזייטל איז געווארן גאר באקאנט אין דער לעצטער יאר צייט, וויבאלד זי האט אנגעפירט א בייזוויליגע קאנספיראציע קעגן דער קליינער אידישער געמיינדע אין ווייטפיש, מאנטענא. אינעם "אנווייזונגען ביכל", שרייבן די פירער פונעם "דעילי שטירמער" פאר זייערע שרייבער, אז "ווען עס קומט צו אידן, מאכט זיכער צו באשולדיגן אידן אין אלעס. אידן זענען שולדיג און פאראנטווארטליך אויף יעדער שלעכטער זאך וואס עס פאסירט".

ציטירנדיג דעם שד היטלער: ציפינל פיינט איז צומישענדיג, דערפאר דארף מען האלטן נאר די אידן אלס פיינט

בילד: דער איז דארף זיין די אנפאנג און ענדע פון יעדע פראבלעם


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל