ווארשא – די פרעזידענטן פון אוקראַינע און פוילן האבן זיך נעכטן געטראפן פאר א היסטארישן באגעגעניש, מיט'ן ציל אנצוהייבן אויסארבעטן די דיפערענצן צווישן די צוויי לענדער, און בייצוקומען די אנגעצויגנקייטן וואס הערשן ביז'ן היינטיגן טאג אלס רעזולטאט פון דער צווייטער וועלט קריג. אוקראַינע'ס פרעזידענט פעטרא פאראשענקא איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין פוילן, וואו ער האט זיך געטראפן מיט'ן פוילישן פרעזידענט אנדרעי דודא, און זיי האבן אפגעהאלטן א צערעמאניע צו באעהרן עטליכע פוילישע זעלנער, וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך סאוויעטישע קרעפטן אין יאר 940'. דודא האט נאכ'ן באגעגעניש געזאגט אז זיי האבן דיסקוסירט די מעגליכקייט אז אוקראַינע וועט אריינשיקן שלום היטער קרעפטן קיין אוקראַינע, צו העלפן ברענגען אן ענדע צו די באוואפנטע קאנפליקטן אין מזרח אוקראַינע, צווישן אוקראַינער זעלנער און פרא-רוסישע רעבעלן.

בילד: אוקראַינע און פוילן פירן געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל