זימבאבווע – דער נייער פרעזידענט פון זימבאבווע, עמעזאן מאנגאווא, האט ארויסגעשטעלט א פארלאנג צו דער מערב וועלט, אז זיי זאלן אראפנעמען די פארשידענע סאנקציעס וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויף זימבאבווע אין לויף פון די יארן. מאנגאווא, וועלכער האט איבערגענומען די מאכט פונעם לאנגיעריגן זימבאבווער דיקטאטור, ראבערט מוגאבי, האט זיך באצויגן איבער פילע סאנקציעס וואס די אייראפעאישע יוניאן, די יו-ען און די אמעריקאנער רעגירונג האבן ארויפגעשטעלט אויף דעם מוגאבי רעזשים צוליב זייערע יומען-רייטס פארלעצונגען. מאנגאווא זאגט אז די זימבאבווער עקאנאמיע ליידט גאר שווער אלס רעזולטאט פון די סאנקציעס, און די בירגער ליידן דערפון דאס מערסטע, און ס'איז צייט אז אמעריקע זאל מער נישט איזאלירן און אויסשליסן זימבאבווע.

בילד: זימבאבווע וויל לויזערע סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל