קאליפארניע – דער אינטערנעט ריז "עמעזאן" האט אונטערגענומען א נייע פראיעקט, מיט'ן ציל צו פארשפרייטן אירע "עמעזאן עקאו" מאשינען אויך פאר ביזנעס באנוץ. דער "עמעזאן עקאו" איז באקאנט אלס דער מאשין צו וועלכע מען קען רעדן, אנשטעלן דערמאנונגען, סקעדזשועלן אפוינטמענטס, אנצינדן מוזיק, איינקויפן זאכן דורכ'ן אינטערנעט און אזוי ווייטער, און עס איז שוין פארשפרייט אין הונדערטער טויזנטער, אויב נישט מיליאנען, היימען איבער דער וועלט. עמעזאן נוצט די אלע דאטא און אינפארמאציע, פראגעס און ביטעס וואס מענטשן פרעגן פונעם "עקאו" (וועלכע ווערט אקטיוויזירט דורכ'ן זאגן דאס ווארט "אלעקסא"), צו מאכן די טעכנאלאגיע נאך בעסער און מער פארגעשריטן, און אצינד וויל זי עס פארשפרייטן אויך פאר ביזנעס באנוץ, צו קענען קריגן נאכמער דאטא. עמעזאן זאגט אז ס'קען ארויסהעלפן ביזנעסער דורכ'ן סקעדזשועלן מיטינגען, מאכן טעלע-קאנפערענצן צווישן עטליכע ארבעטער, אנשטעלן דערמאנונגען פאר אלע ארבעטער, און פארשטייט זיך צו באשטעלן פרישע אפיס סופלייס דורך עמעזאן.
מער איבער עמעזאן עקאו
מער איבער עמעזאן עקאו
הוסף רשומת תגובה