קאליפארניע – אויטאריטעטן אין פלעסינטיע, קאליפארניע זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג, נאכדעם וואס עמיצער האט איבערגעלאזט א האנט-גראנאט אין א שאכטל קליידונג און אלטע חפצים וואס ער האט בייגעשטייערט פאר א וואוילטעטיגער ארגאניזאציע. דער פארשוין האט פארגאנגענעם מיטוואך געברענגט דעם שאכטל צום לאקאלן "גודוויל" געשעפט, וועלכע פארטיילט און פארקויפט זאכן פאר שפאט-ביליג ספעציעל פאר ארימע און נויטבאדערפטיגע, און ווען די איינגעשטעלטע אינעם געשעפט האבן פרייטאג געעפנט דעם שאכטל, האבן זיי געזען צווישן די חפצים דעם האנט-גראנאט. דאס געשעפט און ארומיגע ביזנעסער זענען עוואקואירט געווארן דורך די פאליציי "באמבע סקוואד", וועלכע איז אראפגעקומען און אוועקגעפירט דעם גראנאט אויף א פארזיכערטן פארנעם. די פאליציי קוקן יעצט איבער סורוועילענס קאמערעס, צו אידענטיפיצירן דעם פארשוין וועלכער האט געברענגט דעם גראנאט, און אים אויספארשן פארוואס ער האט דאס געטאן.

בילד: א גראנאט אין א צדקה פושקע?!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל