בני ברק - לויט באריכטן פון די צענזוס ביורא אין מדינת ישראל, זענען די פאפולאציע, און צאל איינוואוינער אין בני ברק איבערגעשטיגן צום ערשטן מאל, די ריזן נומער פון צוויי הונדערט טויזנט קע"ה.

די טאטאלער חשבון לויט די באריכטן פון די ביורא, שטייט מען יעצט ביי 200,162 איינוואוינער, מיט ארום 3,000 מענטשן מער ווי א יאר צוריק. צייגנדיג אז די נומערן וואקסן שנעל, אויף א אופן וואס האלט אן, און פארמערט זיך נאכאנאנד.

אברהם טענענבוים, דער שטאטישער סעקרעטאר פון בני ברק האט געגעבן זיין אפשאצונג נאך וואס עס זענען ערשינען די פרישע נומערן, זאגנדיג "כאטש וואס מען וועט אפשר הערן פארשידענע געמישטע נומערן פון אנדערע פארש גרופעס, דאך וועלן לויט די צענזוס ביורא, די מערסט אקוראטע נומערן זיין געשאצט אויף א פאפולאציע צאל, פון 230,000 איינוואוינער אין יאר 2030, כן ירבו וכו יפרוץ.

בילד: חרדי'שער פאפולאציע אין בני ברק שטייגט צו צאל פון איבער 200,000

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל