סיראקיוז – א פארשוין וועלכער האט געסטראשעט אומצוברענגען א רעפובליקאנער קאנגרעסמאן און זיין פאמיליע, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן מיט הארבע קלאגעס. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער 28 יעריגער פארשוין פעטריק אנדזשעלא האט טעלעפאנירט דעם וואשינגטאן אפיס פון קאנגרעסמאן דזשאן קאטקא, וועלכער רעפרעזענטירט דעם 24'סטן דיסטריקט אין ניו יארק סטעיט, און אנדזשעלא האט אויפ'ן טעלעפאן געזאגט אז ער ברויזט אויפ'ן קאנגרעסמאן צוליב וואס ער שטיצט די פלענער פון דער טראמפ אדמיניסטראציע צו געבן מער קאנטראל פאר די אינטערנעט קאמיוניקאציע פירמעס צו קאנטראלירן וועלכע זאכן קאסטומערס זעען יא אדער נישט (די הייסע טעמע פון "נעט נוטראליטי"), און וועגן דעם גייט ער דערמארדן דעם קאנגרעסמאן. די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע, וועלכע פירט דעם קאמפיין צו געבן מער קאנטראל פאר די קאמיוניקאציע פירמעס, האט פארדאמט די סטראשע קעגן דעם קאנגרעסמאן.

נעט נוטרעלעטי: מה זה, ועל מה זה

בילד: דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשאן קאטקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל