אביסל היסטאריע איבער נעט נוטרעליטי (Net Neutrality)

אין יאר 1912 איז געווארן איינגעפירט די ערשטע געזעץ, וואס איז געווען די ערשטע שריט אין רעגעלירן ראדיא. עס האט געגעבן די כח פון רעגעלירן ראדיא צו די "סעקרעטערי פון קאממערס און לעיבער". (היינט זענען זיי צוויי עקסטערע סעקרעטארן.)

אין יאר 1927 האט מען געטויש, און מען האט געגרינדעט די "פעדראלע ראדיא קאמיסיע" , - FRC - וואס האט באקומען די כח צו רעגעלירן די ראדיא.

אין יאר 1887 האט מען דורכגעפירט א געזעץ וואס האט אויפגעשטעלט די "אינטערסטעיט קאממערס קאמיסיע". דאס איז ארגינעל געשטעלט געווארן צו רעגעלירן די "טראקינג און רעילראוד" צווישען די סטעיטס. און אין יאר 1910 האט די "מאנן-עלקינס" אקט, איבער געגעבן פאר די "אינטערסטעיט קאממערס קאמיסיע" די כח צו רעגעלירן אויך "טעלעקאמיונעקעשאן". דאס הייסט קומיונעקאציע פון איינעם צום צווייטן, צו דורך טעלעפאון, טעלעגראם וכו' וכו'.

אין יאר 1934 ווען עס איז שוין געווען פארשידענע קומיונעקאציע אין ברייטן באנוץ חוץ רעדיא, האט מען געגרינדער די "פעדעראלע קומיונעקעשאנס קאמיסיע" - באוויסט אלס FCC -, און דאס האט איבערגענומען די כח פון די - FRC - צו רעגעלירן ראדיא, און אויך איז זי געשטעלט געווארן אויף טעלעפאון רעגעלאציע, וואס איז ביז דאן געווען אינטער די "אינטערסטעיט קאממערס קאמיסיע".

אויך האט די "מאנן-עלקינס אקט" דעזעגנירט די "טעלעקאמיונעקעשאן" קאמפאניס אלס "קאמען קעריערס".

וואס מיינט "קאמען קעריערס"?

עס איז פארהאן "קאממען קעריער", און "פרייוועט קעריער". א פרייוואט קעריער איז איינער וואס איז למשל א דעליווערי בוי פאר א געוויסע קאמפאני. ער ווערט נישט רעגעלירט צו שטארק.

דערנאך די "קאממען קעריערס" זענען די וואס טיען באדינען דעם ברייטן ציבור מיט טראנפאטירן אלע ערליי סערוויסעס. למשל עלעקטעריק און געז קאמפאניס, רעילרודס וכו'. דאס הייסט אויב "פירסטו" עפעס, צו מענטשען, צו א ציבור, ארטיקלען ווי גאז און דאס גלייכן, ווערסטו אריין געלייגט אין די קאטעגאריע פון "קאממען קעריער".

קאמען קעריערס זענען זייער זייער שטארק רעגילירט, טאקע ווייל זיי באדינען דעם ציבור, און געווענדליך וועלן זיי נישט האבן קיין גרויסע קונקורענץ, ווייל יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט מאכען צוויי באנען איינער זאל נעמען ביז 10'טע גאס, און דארט זאל מען דארפן ארויסגיין און טוישן צו א צווייטע באן ביז די 20'טע גאס, נאר עס דארף זיין איין גרויסע סיסטעם, האט מען איינגעשטעלט זייער שטערקע רעגולאציעס, אויף די אינדאסטריס.

דיסקרימינאציע איז זייער שארף, מען מוז באדינען יעדעם אייניג, נישטא אזא זאך אז "כ'וויל נישט פארן אין דעם געגענט" למשל, אדער "אין די געגענט האבעך ווייניג קוסטעמערס, וויל איך פארן שטייטער, און אויב ווילן זיי דוקא גיין שנעללער זאלן זיי צאלן טייערער, וועל איך פארן שנעלער" וכדו'. נישטא אזא זאך, דו מוזט צושטעלען פאר יעדעם אייניג און איבעראל. דאס איז נאר איין רעגולאציע. עס איז דא נאך אסאך רעגולאציעס, ווי ווען זיי מעגן ארויף גיין מיט די פרייזן, ועוד ועוד.

איז אז אין יאר 1910 האט מען דעזעגנירט די "טעלעקאמיונעקעשאן" קאמפאניס אלס "קאמען קעריערס", מיינט דאס אז זיי ווערן זייער שטארק רעגולירט.

פון יאר 1934 איז - ווי געשריבן - געווארן געגרינדעט די FCC, און מען האט דאן אראפגעשטעלט די יסודות פון די רעגולאציעס פאר טעלעקמיונעקאציע. לויט די ראגולאציעס פון די FCC זענען "פאון קאמפאניס" "קאממען קעריערס" און פאלן אונטער די שטרענגע רעגולאציעס.

טעלעוויזיע למשל איז אויך רעגעלירט פון די FCC, און וועגן דעם קען מען נישט אלעס ווייזן אויף טעלעוויזיע און נישט אלע ווערטער קענען גענוצט ווערן (מ'רעדט נישט פון קעיבל; דאס וועט מען צוקומען).

מיט די צייט איז די טעכניק געווארן מער און מער פארגעשריטן, עס איז צוגעקומען פארשידענע סארט קומיונעקאציע.

אין די אנהייב 1980'גערס, איז למשל AT&T געווען זייער שטארק (שפעטער האט מען עס צובראכן) און דאמאלס האט אנגעהויבן ווערן די רעוועלוציע פון שיקען "דעטע" דורך די פאון ליינס, נישט נאר געשפרעכען, וואס איז צום סוף געווארן די אינטערנעט.

אבער נישט עי טי ענד טי איז געווען די "דעטע" קאמפאני, פארדעם איז געווען AOL למשל. און רעגעלירן די "נייע" אויפבליענדע אינדאסטריע פון "דעטע" האט מען נישט געוואלט, ווייל עס איז א נייע זאך, האט מען עס געוואלט לאזן ווי מער "פריי".

אינגאנצען פריי האט מען אבער נישט געוואלט, ווייל מען האט געציטערט אז עי טי ענד טי וועט נוצן זייער דאמינענס פון די פאון ליניעס, צו דאמענירן אויך די דעטע. האט די FCC געמאכט אזא באשלוס. עס איז א חילוק פון וואספארא סארט זאכען דו שיקסט! איינער וואס שיקט "קומיונעקאציע" ווי רעדן וכדו' בלייבט א "קאממען קעריער" און איינער וואס שיקט "אינפארמאציע" דער פאלט נישט אריין אין די קאטעגאריע.

און עס איז נישט געווען קיין סתירה, ווייל ווי געשריבן איז נישט AT&T איז געווען די "דעטע" קאמפאני, פארדעם איז געווען AOL.

סא AT&T בלייבט רעגעלירט, און AOL נישט. דאס מיינט די "וויייערס" אויף וואס די קומיונעקאציע איז געפארן איז געווען שטארק רעגולירט, אבער די קאמפאניס וואס האבן צוגעשטעלט די סערוויס פון שיקן די דעטע, זענען נישט געווען רעגולירט.

די רעגולאציעס זענען געוואן פארמאל, ווי די FCC האט זיי אראפגעשריבן. און אין יאר 1996 האט מען דורך געפירט אין קאנגרעס א "אפדעיט" אויף די 1934 געזעץ, און אריין געלייגט די דערמאנטע חילוקים איז עפטלעכען געזעץ.

מיט די צייט האבן די אינטערנעט פרייוויידערס אנגעהויבן צושטעלן טעלעפאון אויך. ביז דאן איז נאר געווען DSL אבער דאן איז אריינגעקומען קעיבל, און אויף קעיבל קען מען דאך מאכען טעלעפאון קאלס אויך. און די טעלעפאון קאמפאניס זענען געקומען מיט א שטארקע טענה. קודם האמער שוין קאמפאטישאן, און נאך מער, די קאמפעטישן איז נישט רעגעלירט, און מיר זענען יא!

האט די FCC, איינגעזעהן אז זיי זענען גערעכט, און האט דעזעגנירט קעיבל פאר "אינפארמאציע", און דאן איז עס שוין נישט אונטער די "קאממען קעירערס". אינצווישען זענען געווארן צומישט די גרענעצן, די טעלעפאון קאמפאניס זענען געווארן אינטערנעט קאמפאניס, און – ווי דערמאנט – די אינטערענעט קאמפאניס זענען געווארן טעלעפאון קאמפאניס.

אבער דא איז געווארן א גרויסע סכנה. ווייל זיי זענען נישט רעגעלעטעד, קענען זיי דאך טאן וואס זיי ווילן. און מען האט מורא באקומען, אז זיי וועלן באשליסען אז זיי האבן א זייער פושטע וועג פון מאכען געלט.

א קאמפאני וואס איז שטארק אויפגעכאפט, און דער עולם זיכט צוצוקומען דערצי, וועלן זיי פארלאנגען א אפצאל!! ווילסט גוגל? נאו פראבלעם! עקסטערע 10 סענט א חודש! יו טוב, ווילסט אז דער עולם זאל דיך קענען טרעפען? נישט קיין פראבלעם, צאל אריין א מיליאן צוויי א יאר, וועל איך אריבערלאזן זיין סייט שנעל אין גיך! אויב באצאלסטו נישט, קענסטו גיין שטייטער, און דער עולם וועט ווערן נערוועז, און וועסט פארלירן קוסטעמערס!

כדי דאס צו פארמיידן, האט די FCC געשריבן געוויסע רולס אין יאר 2005. די רולס זאגן אז מען טאר נישט דיסקרימענירן מיט די אינטערנעט. יעדער דארף קענען אנקומען צו אלע סייטס, און אלע סייטס דארפן באקומען די זעלבע פלאץ אויפן ראוד! נישט איינער די איזיפעס ליניע און א צווייטער די קעש. די רולס ווערן גערופט "נעט נוטרעלעטי" רולס.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קאמפאניס האבן זיך אנגעפיפן. און אין יאר 2007 האט זיך אנגעהויבן א ויצעקו איבער די אישו. עס איז אפילו געווען א אישו אין די פרעזידענטליכע קאמפיין פון 2008, אבאמא האט שטארק אינדארסירט די "נעט נוטרעלעטי" רולס.

עס איז צום סוף אנגעקומען אין קארט, - ווערייזן האט געקלאגט - און אין יאנואר פון דאס יאר – 14' - , האט די קארט געפסק'ט אז כאטש עס איז א ריכטיגע טענה, אז די אינטערנעט קאמפאניס קענען מאכן שווארץ שבת אויף די חשבון פונען ציבור, האט נישט די FCC די רעכט זיי אפצוהאלטן!

פארוואס? פשוט! די FCC האט דאך געוואלט געפעלן די אינטערנעט קאמפאניס, ווייל עס איז געווען א נייע אידאסטריע, און לכבוד דעם האבן זיי געשטעלט די אינטערנעט אלס "אינפארמאציע פרעוויידערס" און זיי ארויסגענומען פון די "קאממען קעריער" קאטעגאריע, אויב אזוי, קענסטו נישט קומען אצינד זאגן אז דו ווילסט רעגעלירן א "נישט קאממען קעריער" ווי א "קאממען קעריער"!

אין די אקט פון 1996 איז עס אנגערופן "טייטל 1" און "טייטל 2" טיילן פון קומיוניקאציע, טייטל 1 איז די "אלגעמיינע" סארט קומיונעקאציע ביזנעס, און טייטל 2, איז די "קאממען קעריערס" קומיונעקאציע קאמפאניס. קענסט נישט ארויף לייגן די רעגולאציעס פון "טייטל 2" אויף די אינדאסטריע פון "טייטל 1"!

אצינד האט די FCC דריי אפציעס. אדער נאכגעבן, און דער עולם און גרויסע פירמעס ווי גוגל און נעטפליקס וועלן ביטער ליידן. אדער אפעלירן די פסק, און האפן אויף א בעסערע אויסקום. אדער טוישען אונטער וועלכע חלק פון די 1996 געזעץ די אינטערנעט קאמפאניס פאלן אריין. ווייל אין יענע געזעץ, האט די קאנגרעס געגעבן די אויסשליסליכע בעלות פאר די FCC צו איינטיילן ווער עס פאלט אונטער טייטל איינס, און ווער פאלט אונטער טייטל צוויי.

אבער א שטיק צייט צוריק ווען די FCC, האט געוואלט מאכען אזא סארט טויש, איז געווארן ריזיגע פרעשור אויף זיי. די אינטערנעט קאמפאניס האבן גרויסע לאביאיסטן אין קאנגרעס, און אסאך אסאך קאנגרעסלייט האבן געשריבן שארפע בריווען צו די FCC אז זיי זאלן נישט מאכען דעם טויש. סא עס איז א ערענסטע דילעמע פאר די FCC וואס צו טאן.

בילד: נעט נוטרעלעטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל