באריכטן אין וואשינגטאן זאגן אז רעפובליקאנער סטראטעגיסטן און געזעצגעבער ברעכן זיך קאפ וויאזוי צו ברענגען בעסערע פובליסיטי פאר זייערע שטייער שניטן וואס זיי פירן יעצט אדורך, נאכדעם וואס א סי-בי-עס אנקעטע צייגט אז בלויז ארום 35% אמעריקאנער האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט פונעם ביל, און ארום 53% האבן געזאגט אז זיי זענען דערקעגן. ציפערן וועלע זענען גאר שלעכט פאר די פארטיי אויב זוכן זיי צו ווידער געווינען א מאיאריטעט אין ביידע הייזער אין די בעפארשטייענדע 2018 וואלן.

די אנקעטע צייגט אז די ביל איז גאר פאפולער צווישן די וועלכע באצייכענען זיך אלס רעפובליקאנער, אבער צווישן זעלבסשטענדיגע וויילער טוען 52% אויסדריקן אומצופרידנהייט מיט דעם נייעם געזעץ, און ארום 84% דעמאקראטן זאגן די זעלביגע. די רעפובליקאנער האלטן אז דאס איז א רעזולטאט פון א געלונגענע קאמפיין פון די דעמאקראטן צו אראפמאלן די שטייער שניטן אלס אזאנס וואס טוט בענעפעטירן בלויז די גרויסע ביזענסער און די גאר רייכע.

סענאטאר מארקא רוביא האט געווארנט אין א רעדע דעם פרייטאג אז די רעפובליקאנער פארטיי מוז עפעס טון נישט צו ווערן אראפגעמאלן אלס די פארטיי פון די רייכע און מאכטפולע. און האט דעריבער אפעלירט צו זיין פארטיי צו אריינלייגן מער שטייער קרעדיטס פאר די גאר ארימע פאמיליעס, און שענקן שטייער קרעדיטס פאר קינדער געבענטשטע פאמיליעס פון די פעיראל שטייערן.

א רעפובליקאנער סטראטעגיסט וועלכער ארבייט פאר רוביא האט אויסגעדריקט אנטוישונג אז בלויז 20 סענאטארן האבן געשטיצט זיין פארשלאג, זאגנדיג אז ארימע אמעריקאנער באקומען נישט קיין באדייטנדע שטייער שניטן, און ארום 44% פון אמעריקאנער זעען נישט קיין שום טויש, און דעריבער איז לייכט אז זיי זאלן גלייבן די דעמאקראטישע פארטיי׳ס שטעלונג אז די ציל פון די ביל איז צו העלפן גרויסע קארפאראציעס.

בילד: רעפובליקאנער זוכן צו מאכן די שטייערן שניטן מער פאפולער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל