אין אן אומדערווארטעטן סטעיטמענט האט דער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער, עדווארד פיליפ, אנערקענט אז די אנטיסעטימישע אויסברוכן און אטאקעס קעגן אידן און אידישע אינטערעסן אין אנבליק פון פרעזידענט טראמפ'ס דעקלאראציע אז ירושלים איז די הויפטשטאט פון מדינת ישראל, זענען א תוצאה פון טיף-פארווארצלטע שנאת ישראל, "וואס פרובירט זיך צו לעגיטימיזירן אונטער א נייעם שלייער."

די דאזיגע ווערטער האט דער פרעמיער מיניסטער, וועלכער האט דערביי אונטערגעשטראכן אז דער אייראפעאישער אנטיסעמיטיזם האט "טיפע ווארצלען אין פראנקרייך," געזאגט אין א רעדע וואס ער האט געגעבן פאר דער "קריף" שירם-ארגאניזאציע פון אידישע געמיינדעס אין פראנקרייך.

"דאס אנטיסעמיטיזם ביי אונז אין לאנד לעבט. ס'איז נישט ניי, ס'איז אור-אלט. ס'איז נישט אויבערפלעכליך, נאר טיף-פארווארצלט," האט פיליפ געזאגט. "און די שנאת ישראל באהאלט זיך כסדר אונטער נייע מאסקעס, פרובירט זיך לעגיטימיזירן מיט פארשידנערליי אויסריידן. די דאזיגע אידאלאגיע פון שנאה איז דא, און טרייבט געוויסע פראנצויזישע אידן צו מאכן עלי'" קיין מדינת ישראל.

דער פראנצויזישער פירער האט דערביי אנגעוויזן אז אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען היי-יאר פארט געפאלן מיט צוואנציג פראצענט זינט פאראיאר. אויסדריקנדיג זיין אומצופרידנהייט מיט טראמפ'ס דעקלארירן ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט, האט ער דערביי אונטערשטראכן אז "קיינער קען נישט פארלייקענען דעם קשר וואס אידן האבן מיט ירושלים," הגם שלום-געשפרעכן דארפן זיין באזירט אויפ'ן סמך פון "אינטערנאציאנאלן געזעץ".

ענליכע סענטימענטן האט אויסגעדריקט די מעיאר פון פאריז, פרוי הידאלגאו, וועלכע האט אונטערגעשטראכן אז "שנאת ישראל, וועלכע מאסקירט זיך אלס אנטי-ציוניזם, טאר נישט מצליח זיין."

די רעדעס זענען געקומען אין אנבליק פון צאל גוואלדטאטן קעגן אידישע אינטערעסן אין אייראפע, דורכגעפירט בעיקר דורך ארטיגע מוסולמענער וועלכע האבן דערמיט געוואלט פראטעסטירן די החלטה פון פרעזידענט טראמפ איבער'ן סטאטוס פון ירושלים.

בילד: דער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער, עדווארד פיליפ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל