די העלישע וואלד פייערן אין קליפארניע טוען זיך ווייטער אויסשפרייטן און לאזן איבער ריזיגע געגענטער און שטעט, עס האט שוין פארניכטעט איבער 800 געביידעס און הונדערטער טויזנטער זענען געצווינגען געווארן זיך צו עוועקיואירן. די גרעסטע צווישן די פייערן איז די טאמעס פייער וועלכע פלאקערט אויף א שטח פון 170,000 אקערלאנד, ארום די מאס פון גאנץ ניו יארק סיטי. 

נעכטן האט איינע פון די פייערן געגרייכט צן די גרעניצן פון די שטאט סענטע-בארבערע - א גרויסע שטאט מיט ארום 100,000 איינוואוינער - און טויזנטער האבן זיך געדארפט עוועקיואירן, און ארום 85,000 היימען זענען געווארן אויסגעשטאלטערט פון עלעקטעריציטעט.

די מעטעארלאגן זאגן אז די ווינטן וואס טרייבן די פייערן וועלן נאכלאזן דורכאויס די וואך און וועט געבן א מעגליכקייט פאר די פייערלעשער צו איינצוימען די פלאמען, אבער עס וועט בלייבן ווארים און טרוקן, וואס מיינט אז נאך פייערן קענען אויסברעכן, און מען רישט זיך אז די קאטעסטראפע קען נאך ארגער ווערן דורכאויס די וואך.

דער גאווערנער פון קאליפארניע דשערי בראון האט ביי א פרעסע קאנפערענץ מודה געווען אז די אויטאריטעטן זענען הילפסלאז זאגנדיג ״מיר דארפן זיך צוגעוואוינען צו א נייע רעאליטעט פון וואלד פייערן וועלכע וועלן פלאגן דעם סטעיט אין די קומענדיגע יארן, דאס איז א רעזולטאט פון גלאבאלע אנווארמונג און ליידער איז דא זייער ווייניג וואס קען געטון ווערן דערוועגן״.

בילד: קאליפארניע פייערן הילן איין ריזיגע שטרעקעס אין די גרויס פון ניו יארק סיטי 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל