די מדינת ישראל מיליטער האט געמאלדן אז זיי זענען אויפגעקומען מיט א טעכנאלאגישע לעזונג צו איינע פון די שווערעסטע זיכערהייטס געפארן וואס פאלגט מדינת ישראל, נעמליך די טעראר טונעלן וואס די חאמאס טעראר גרופע טוט גראבן אונטער די גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל מיט׳ן ציל עס צו נוצן - אין פאל וואס עס ברעכנט אויס פרישע געוואלדטאטן - צו אינפליטרירן מדינת ישראל דערפער צו אומברענגען ציווילע און פארכאפן זעלנער וואס וואכן ביי די גרעניץ.

דעם זונטאג האט מדינת ישראל רואינירט נאך א טעראר טונעל וואס די גרופע האט געגראבן אונטער׳ן גרעניץ, און איז געלאפן פאר עטליכע הונדערט מעטער. דאס איז שוין די דריטע טעראר טונעל וואס צה״ל האט אנדעקט אין די לעצטע וואכן, און איר ווארטזאגט האט געזאגט אז דאס איז א דאנק גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס זי האט אנטוויקלט, וועלכע געט איר די טעכנאלאגישע אויבערהאנט און זי קען אידענטיפיצירן די טונעלן אפילו זיי זענען צענדליגע מעטער טיף אונטערן ערד פלאך.

דער ווארטזאגער האט געזאגט אז די יעצטיגע טונעל וועלכע איר עפענונג איז אין א פריוואטע וואוינונג אין חאן יוניס האט זיך געצויגן פאר ארום א האלבע מייל, און טראץ וואס זי איז נאכנישט געווען פארענדיגט איז עס געווען א פארהעלנטסמעסיג פארגעשריטענע טונעל אויסגעשטאט מיט עלעטערציטעט און ווענטילאציע.

די דעסטרוקציע פונעם טונעל איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס מדינת ישראל האט באבמאדירט צוויי כאמאס הויפטקווארטירן אין עזה און אומגעברענגט צוויי הויכראנגיקע מיטגלידער אינעם טעראר גרופע אלס רעאקציע צו עטליכע ראקעטן וועלכע זענען ארויסגעשאסן געווארן פון עזה קיין מדינת ישראל. דער מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער האט געזאגט אז די טעכנאלאגיע ווערט נאך אנטוויקלט און אז ביז עטליכע מאנאטן וועלן טונעלן מער נישט שטעלן קיין געפאר פאר מדינת ישראל וויבאלד זיי וועלן קענען אנדעקט ווערן באצייטנס.

בילד: מדינת ישראל מעלדט איבער פרישע טעכנאלאגיע צו אנטדעקן טעראר טונעלן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל