פאלעסטינער פירערשאפט אנטזאגט באגעגעניש מיט וויצע פרעזידענט פענס
די פאלעסטינער אויטאריטעט האט געמאלדן אז אין ליכט פון טראמפ׳ס ירושלים דעקלעראציע וועט די פאלעסטינער פירערשאפט נישט אויפנעמען דעם אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס ווען ער קומט אויף א דיפלאמאטישע מיסיע די וואך קאך קיין מדינת ישראל. דאס ווייסע הויז האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי באדויערן דעם באשלוס און זאגן ״עס איז ווייטאגליך אז די פאלעסטינער האבן באשלאסן צו באיאקאטירן דעם וויצע פרעזידענט, אבער די אדמינסטראציע בלייבט ווייטער פארפליכטעט צו אויסהאמערען א יושר׳דיגע און גוטע שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער״.

סטעיט דעפארטמענט איילט זיך נישט צו אדאפטירן טראמפ׳ס דעקלעראציע
טראץ די באמבאסטישע דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ איבער אנערקענונג פון ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, טוט עס ווי עס שיינט טוישן גאנץ ווייניג די רעאליטעט, די אמבאסאדע פארבלייבט דערווייל אין תל אביב, און די סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז זי פלאנט נישט קיין טויש אין איר פאליסי צו נישט אריינשרייבן א נאמען פון א לאנד אין די פאספארטן פון די וועלכע זענען געבוירן אין ירושלים, נאר ווייטער אנהאלטן איר פאליסי אז פאר ירושלים׳ער-געבוירענע ווערט די געבורטס-ארט באצייכנט בלויז אלס ירושלים און נישט מדינת ישראל.

איבער 10,000 פראטעסטירער אין אינדאנעזיע קעגן אמעריקע׳ס ירושלים באשלוס
איבער צען טויזנט פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט פארנט פון די אמעריקאנער אמבאסאדע אין דשאקראטא, די הויפטשטאט פון אינדאנעזיע, דאס לאנד מיט די גרעסטע מוסלעמענער באפעלקערונג. ביי די פראטעסטן זענען געפלאטערט געווארן פאלעסטינער פענער און אנטי-אמעריקאנער פלאקאטן וועלכע פארדאמען די לעצטע באשלוס פון די אדמינסטראציע. די פראטעסטן זענען פאררופן געווארן דורך די אפיציעלע איסלאמישע פארטיי אין לאנד וועלכע האט אין איר סטעיטמענט געזאגט אז די דעקלעראציע פון טראמפ איז א ״דערנידערונג און פארשעמונג״ פאר אלע מוסלעמענער איבער די וועלט.

פאלעסטינער פירער אויף דיפלאמאטישע מיסיע אין ליכט פון ירושלים אנערקענונג
דער פאלעסטינער פרעזידענט מוחמד עבאס איז היינט אפגעפלויגן קיין קאירא אין עגיפטן ווי ער וועט זיך באטייליגן אין אן עמערדשענסי סאמיט מיט אראבישע פירער אינעם ראיאן צו דיסקוטירן די רעקאציע פון די אראבישע וועלט קעגן די באשלוס פון פרעזידענט טראמפ און אמעריקע צו דערקלערן ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל. די אראבישע ליגע האט שוין פאריגע וואך געמאלדן אז זיי וועלן ״נעמען שריט״ צו באקעמפן דעם באשלוס אבער האבן נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע פלענער, און אצינד זענען די לענדער ערווארטעט צו מעלדן א פאראייניגטע באשלוס.

בילד: נאטיצן ארום פרעזידענט טראמפ׳ס ירושלים דעקלעראציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל