צווישן אלע אינטערנאצינאלע קריטיק איבער דאס אריבערפירן דעם אמבאסאדע און דעקלעראציע פון ירושלים האט זיך דאס מערסטע געהערט די שטימע פונעם אויסגעשפראכענעם טערקישן פרעזידענט ארדואן, וועלכער טוט רייטן אויף די געלעגנהייט צו פארשטערקערן זיין אנזעהן אינעם מוסלעמענער וועלט, אלס טייל פון זיין אספיראציע צו צוריקקערן טערקיי צו איר גאלדענע עפאכע ווען זי איז געווען די פירער פונעם מוסלעמענער וועלט.

דער טערקישער פרעזידענט האט ביי א קאנפרענץ פון מוסלעמענער פירער אין איסטאנבול באצייכנט מדינת ישראל אלס ״א רעזשים פון טעראר״ און האט אראפגעריסן אמעריקע און געזאגט אז ״די בלוט פארגיסונג ליגט אויף אירע פלייציעס״ אבער דערווייל האט טערקיי נישט געהאלטן ווארט מיט איר סטראשע אז א אנערקענונג פון ירושלים וועט ברענגען צו אפרייס פון אירע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט מדינת ישראל.

די באניייעטע רעטאריק קומט נאך איבער א יאר וואס די צוויי לענדער האבן באנייעט דיפלאמאטישע באציאונגען און די דיפלאמאטישע און עקאנאמישע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער זענען געווען אויפ׳ן וועג צו פארבעסערונג, אבער ווי עס שיינט איז פאר די אויסערן פאליטיק פון ארדואן וויכטיגער צו געווינען פאפולאריטעט אין די אראבישע וועלט.

ביבי נתניהו האט אפגעענטפערט ארדואן אין ביי א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט אין וועלכע ער האט צווישן אנדערע געזאגט ״איך בין נישט געוואוינט צו באקומען מוסר לעקציעס פון א פירער וועלכע באבמאדירט קורדישע דערפער אין זיין אייגענע לאנד, וואס ארעסטירט דשורנאליסטן, און וועלכע העלפט טעראריסטן - אריינגערעכנט חאמאס - צו אומברענגען אומשולדיגע ציווילע״

בילד: טערקישער פרעזידענט באנייעט שארפע אנטי-מדינת ישראל רעטאריק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל