דער איראקער פרעמיער מיניסטער היידאר על אבאדי האט דעם שבת ביינאכט אפגעהאלטן א דראמאטישע און היסטארישע פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע ער האט געמאלדן אז נאך 3 יאר פון בלוטיג שלאכטן טוט די איראקער רעגירונג אפיציעל מעלדן א זיג אינעם לאנג פארצויגענעם קאמפ קעגן אייסיס וועלכע איז גענצליך באזיגט געווארן און האט מער נישט קיין פוס-טריט אויפ׳ן איראקער באדן, ער האט געעפנט זיין דראמאטישע מעלדונג מיט די ווערטער ״מיינע טייערע איראקער, אייער לאנד איז גענצליך באפרייט, די טרוים איבער פרייהייט פון גאנץ איראק איז היינט א ווירקליכע רעאליטעט ווען די פאן פון איראק פלאטערט אויף יעדן פונקט אינערהאלב אירע גרעניצן״.

די מעלדונג איז געמאכט געווארן נאכדעם וואס איראקער מיליטערישע קרעפטן האבן איינגענומען די לעצטע שטחים אין די מדברי׳שע טערארטאריע וואו עס האבן זיך נאך געפונען אייסיס קעמפער, און האבן זיך אויסגעשפרייט ביי די גרעניץ פון סיריע און אזוי ארום פארזיכערט די איראקער גרעניצן. נאכפאלגנדיג די מעלדונג האט די איראקער רעגירונג באשטימט דעם נעכטיגן זונטאג אלס אפיציעלע טאג פון פייערונג, און פילע לענדער איבער די וועלט - אריינגערעכנט אמעריקע - האבן קאנגראטולירט דעם איראקער מיליטער און פאלק אויף די היסטארישע זיג.

אצינד בלייבט איבער פאר די איראקער רעגירונג צו צוריקשטעלן ארדענונג און עקאנאמישע מעגליכקייט אין איבער א דריטל פון איראק וועלכע איז געווען פאר באלד דריי יאר אונטער די ברוטאלע אייסיס רעזשים, און אצינד זענען די שטעט אויך צוברעקלט און רואינירט פון די מאסיווע באבמאדירונגען און שלאכטן, די אמעריקאנער רעגירונג האט אין איר סטעיטמענט געזאגט אז אמעריקע איז אנטשלאסן צו העלפן איראק צוריקבויען איר לאנד און ווייטער העלפן די מיליטער פארזיכערן דאס לאנד.

בילד: איראק האט גענצליך באזיגט די אייסיס טעראר גרופע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל