דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו געפונט זיך אצינד אין בריסל ווי ער האט נעכטן געלאנדעט צום ערשטן מאל אין 5 יאר, ווי ער וועט אפהאלטן דיפלאמאטישע צוזאמענטרעפן מיט פארשטייער און דעפוטאטן אינעם אייראפעישן פאראיין. ער האט היינט אינדערפרי אויפגעטרעטן פאר א סאמיט פון אלע אויסערן מיניסטארן פון אייראפע אין וועלכע ער האט גענוצט א קריגערישע טאן און זיי פארגעווארפן פאר׳ן זיין איינזייטיג קעגן מדינת ישראל, און גלייכצייטיג אפעלירט אז זיי זאלן נאכגיין די פוסטריט פון אמעריקע און אנערקענען די סטאטוס פון ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

ער האט אויך פארשפראכן אז ער איז ערנסט מיט פאראויסגיין מיט די שלום פלענער צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער און אפעלירט צו די אייראפעישע פירער צו שטיין צו די זייט פון מדינת ישראל און דערביי דערמאנט אז ״מדינת ישראל שטייט אויפ׳ן פראנט קעגן איסלאמישע טעראר, און מיר האבן שוין פארמיטן צענדליגע טעראר אטאקעס אין אייראפע, און מיר טוען צוריקהאלטן די פארשפרייטונג פון ראדיקאלע איסלאם״ און דעריבער האט ער געפאדערט מער קאאפעראציע פון די אייראפעישע לענדער פאר מדינת ישראל׳ס דיפלאמאטישע אספיראציעס.

ביי די באגעגעניש האט זיך אנגעזען די אפוועזנהייט פון דעם דייטשן אויסערן מיניסטער זיגמונד גאבריאל וועלכער האט געהאט א עפנטליכע געפעכט מיט נתניהו מיט ארום א יאר צוריק דורכאויס א באזוך אין מדינת ישראל, ווען ער האט זיך געטראפן מיט לאקאלע פרא-פאלעסטינער אקטיוויסטן, און דערנאך האט נתניהו זיך אנטזאגט פון זיך טרעפן מיט אים. זיין ביורא האט געזאגט אז ער האט נישט געקענט קומען צוליב א שוואכקייט וואס האט אים באטראפן. עס האט זיך אויך אנגעזען די אפוועזנהייט פונעם שוועדישן אויסערן מיניסטער וועלכער איז אויך א אויסגעשפראכענער קריטיקער פון מדינת ישראל.

בילד: נתניהו: אייראפעישע פירער וועלן נאכגיין אין פוסטריט פון טראמפ מיט ירושלים אנערקענונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל