פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן געמאלדן אז אין א פאראייניגטע באשלוס מיט דעם סירישן פרעזידענט באשאר אל-אסאד איז באשלאסן געווארן צו ארויסציען באדייטנדע טיילן פון די רוסישע קרעפטן אין סיריע, וויבאלד - לויט ווי ער זאגט - האבן זיי געהאט א אויסטערלישע סוקסעס אין עלימינירן אייסיס אין בלויז צוויי יאר און אצינד איז צייט זיך צו אומקערן אהיים.

דער רוסישער פרעזידענט האט געזאגט אז אצינד איז די זעלבסשטענדיגקייט פון סיריע פארזיכערט און די טעראריסטן זענען עלימינירט און דעריבער לאזט דאס אפן א געלגענהייט צו טרעפן א פאליטישע לעזונג צו שליכטן די פיינטשאפט צווישן אסאד און די סירישע אפאזיציע, פוטין פלאנט צו פאררופן א גראנדיעזע ״סירישע קאנגרעס פאר אינטערנאציאנעל דיאלאג״ וואס וועט ווערן אפגעהאלטן אין רוסלאנד אין די קומענדיגע מאנאטן.

דער רוסישער פרעזידענט האט איבערגעגעבן דעם באשלוס אין א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן סירישן פרעזידענט באשאר אל-אסאד וועלכער האט ביי די געלעגנהייט געדאנקט פוטין פאר׳ן ראטעווען זיין רעזשים, זאגנדיג אז ״די בלוט פון די רוסישע מארטירער האבן זיך אויסגעמישט מיט די בלוט פון די סירישע מארטירער, און דאס שאפט א אייביגע בונד צווישן די צוויי לענדער״.

ווי עס שיינט קומט די מעלדונג אין א גונסטיגע צייט פאר פוטין וועלכער שטייט אויס ווידערערוויילונג אין מערץ און ער וויל פארמיידן די מעגליכקייט אז די רוסישע אינטערווענץ אין סיריע זאל קענען פארוואנדלט ווערן אין א פאליטישע דיסקוסיע, טראץ וואס לויט אלע אנקעטעס שטייט ער פיל העכער ווי סיי וועלכע קעגנער.

פוטין האט נישט אנגעגעבן קיין ספעציפישע ציפערן וויפיל רוסישע סאלדאטן געפונען זיך אין סיריע און וויפיל ער זוכט צו אהיימברענגען, האט ער אבער קלארגעשטעלט אז רוסלאנד לאזט נאך איבער א באדייטנדע צאל זעלנער און מיליטערישע קראפט צו באקעמפן א מעגליכע ווידער-אויפפלאמונג פון די סיטואציע, און אזוי אויך וועט רוסלאנד אנהאלטן פערמענאנט איר מיליטערישע לופט באזע וואס זי האט אוועקגעשטעלט אין לאטקיע.

בילד: פוטין פארארדנט רוסישע קרעפטן זיך צו אומקערן פון סיריע 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל