א מוסולמענער האט היינט אינדערפרי אויפגעריסן א היימיש-געמאכטע באמבע אינעם "פארט אויטאריטי באס טערמינאל" אין מאנהעטן, אין א צעשטערטן פרואוו אנצוזייען טויט און שאדן אין א געפאקטן סובוועי דורכאויס די פארנומענע פרימארגן שטונדן.

דער 27-יעריגער אַקאַיעד אולאַ, אן איינוואוינער פון ברוקלין, האט זיך ארויסגעלאזט היינט אינדערפרי מיט דער רער-באמבע אויף זיך קיין מאנהעטן, מיט'ן ציל אויפצורייסן דאס פעקל אין דער טיימס-סקווער אומגעגנט -- פון די פארנומענסטע פלעצער אין שטאט און דורכאויס די פארנומענע ראש-האוער שטונדן.

צום מזל האט די באמבע פריצייטיג אויפגעריסן ארום 7:40 אינדערפרי, ווען דער טעראריסט האט זיך געפונען אויפ'ן וועג אריין צו דער עי-סי-אי באן-ליניעס אויף דער אכטער עוועניו און 42סטער סטריט, און ערנסט פארוואונדעט דעם טעראריסט, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פלאץ. נאך עטליכע מענטשן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אבער קיין ערנסטע שאדנס זענען נישט ארויסגעקומען פונעם אויפרייס.

דער טעראריסט שטאמט פון בענגלאנדעש און איז אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן מיט זיבן יאר צוריק. דער מוסולמענער, וועלכער האט דורכגעפירט די אטאקע אין נאמען פון אייסיס, האט ווי עס שיינט אליין פאבריצירט די באמבע, וואס איז באשטאנען פון א פינף-אינטשיגן רער צוגעטשעפעט צו דראטן, אין דער עלעקטריק פירמע וואו ער ארבעט.

דער פארט אויטאריטי באס טערמינאל, וואס באדינט טעגליך ארום 225-טויזנט מענטשן, איז דער גרעסטער אין אמעריקע און דער פארנומענסטער אין דער וועלט, און איז דערפאר א גוטער ציל פאר טעראר-אטאקעס.

בילד: בלוט-באד פארמיטן ווען טעראריסט רייסט זיך פריצייטיג אויף אין מאנהעטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל