א נייער מהלך וואס די סיטי האט אנגעהויבן מיט פיר יאר צוריק, צו פארקויפן סיידוואקס פאר אינסטיטוציעס און ריעל-עסטעיט אינוועסטארס, האט ארויסגערופן שארפע קריטיק פון קעגנערס.

דורכאויס די פארלאפענע פיר יאר, האט ניו יארק סיטי פארקויפט ניין גאסן אין פארשידענע טיילן פון די פינף באראוס, און איינקאסירט 35-מיליאן דאלאר. איין אזא ריזיגע ריעל-עסטעיט פירמע, טישמאן ספייער, האט געצאלט פאר דער סיטי 25-מיליאן דאלאר אפצוקויפן די וועסט סטריט גאס אין לאנג איילאנד סיטי, אלס טייל פון א לוקסוריעזן קאנדאמיניום דעוועלאופמענט פלאן.

"ניו יארק אוניווערסיטעט" איז א צווייטער קליענט, וואס האט באצאלט 6.4-מיליאן דאלאר אפצוקויפן די סיידוואקס אויף מערסער סטריט ווי אויך א שטח אונטער דער ערד אין גרעניטש ווילעדזש, מאנהעטן, אלס טייל פון א פלאן זיך אויסצוברייטערן.

דער גאסן-מקח מיינט, אז די נייע אייגנטימערס באקומען רעכטן צו באגרעניצן דעם פארקער אויף יענע גאסן, און אין געוויסע פאלן באקומען זיי דאס רעכט צו בויען אויף די גאסן.

שטאטישע באאמטע פארטיידיגן דעם שריט מיט'ן אנווייזן אז די פארקויפן העלפן דער שטאט פטור ווערן פון גאסן אין וועלכע די שטאט נויטיגט זיך נישט, און ברענגען דערביי אריין א שיינע מטבע אין דער שטאטישער קאסע. קריטיקירערס טענה'ן אבער אז ווען די שטאט פארקויפט פאבליק פראפערטי, דארף די עפנטליכקייט עפעס באקומען דערפאר אויף צוריק, און אז די דירות וואס וועלן דארט געבויט ווערן זאלן גיין לטובת עפארדעבל האוזינג.

די "דורסט ארגאניזאציע", וואס האט אפגעקויפט צוויי אזעלכע לאנג-איילאנד סיטי גאסן ביים וואסער, ווייזט אן אז הגם וואס דער דעוועלאופמענט וואס זי בויט דארט וועט טאקע באשטיין פון טייערע, לוקסוריעזע קאנדאמיניומס, וועלן אבער א פערטל פון די דירות גיין פאר עפארדעבל האוזינג. די פירמע טענה'ט אויך, אז זי אינוועסטירט א מיליאן דאלאר אין די אפגעקויפטע גאסן, כדי זיי אהערצושטעלן אז די ארומיגע איינוואוינערס זאלן האבן באקוועמען צוטריט צום וואסער פראנט.

קעגנערס פון דעם גאסן-פארקויף סיסטעם זאגן אבער, אז גאסן באלאנגען צו דער עפנטליכקייט, און אויב די שטאט פארקויפט זיי, דארף זי זיכער מאכן אז אלעס וואס ווערט נאר דארט געבויט גייט פאר עפארדעבל האוזינג.

בילד: ניו יארק סיטי פארקויפט גאסן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל