די סיטי קאנסיל האט היינט ארויסגעגעבן פרישע פארארדענונגען פאר די מידיע לייט אין סיטי האל, און אונטער די פרישע רעגולאציעס ווערן די דשורנאליסטן שטארק באגרעניצט פון זיך קענען ארומדרייען אין די קארידארן פון די סיטי קאנסיל זאל, א זאך וואס ערמעגליכט אז עס זאל זיין גרינגער פאר די קאנסיל מיטגלידער זיך צו ארויסדרייען פון די פרעסע, א זאך קומט ספעציעל צונוץ יעצט ווען די פרישע קאנסיל וועט דארפן באשליסן איבער ווער עס זאל איבערנעמען די מאכטפולע ספיקער פאזיציע נאכדעם וואס עס לויפט אפ די טערמין פונעם יעצטיגן ספיקער מאליסע מארק וויוועריטא, און די פרעסע זוכט אייביג צו ברענגען סענזאציעס פון וואס עס שפילט זיך אפ אונטער די קוליסן. דער מעיאר האט געשיקט א פארלאנג צום קאנסיל אז זיי זאלן איבערטראכטן די נייע רעגולאציעס וויבאלד עס טוט שיקן א פארקערטע מעסעדש און צייגט אז די קאנסיל זוכט צו באהאלטן וואס עס קומט פאר, און איז נישט אפן מיט די פאבליק.

בילד: סיטי קאנסיל באגרעניצט צוגאנג פאר די פרעסע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל