די עם-טי-עי האט אין די לעצטע טעג ארויסגעלייגט א מאדעל פון א באן קאבינע וועלכע שטעלט פאר וויאזוי די באנען וועלן אויסזען אין די צוקונפטיגע יארן ווען די אגענטור וועט טוישן אירע יעצטיגע באנען פאר מער פארגעשריטענע און שענערע וואגאנען, די נייע וואגאנען זענען עטוואס ברייטער, און קומט אין אנדערע קאלירן, אזוי אויך האט עס פארגעשריטענע סקרינס, און אויסער דעם זענען די וואגאנען אפן איינע צום צווייטן, א זאך וואס ערלויבט לייכטע אריבערגאנג פון איין וואגאן צום צווייטן, א זאך וואס וועט עטוואס לינדערן די שטופעניש אין די באנען דורכאויס די פארנומענע אוונט שטונדען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה