Voyager 1 וואס האט לעצטענס אפגעצייכענט 40 יאר פון איר ארויפשיס האלט נאך אלס אן איר טיטל אלס די ווייטסטע מענטשליכער אבזדשעקט.

נאך יארן פליען אומגעשטערט האט נאסא לעצטענס געזעהן אז ס'ווערט שווערער צו אנהאלטן די ריכטיגע פאזיציע פאר די ספעיס שיף אז די קאמיוניקאציע אנטענע זאל זיין דירעקטעד צו די ערד, האבן זיי ארויסגענומען פון די ארכיוון דורות אלטע אינסטרוקציעס פון די אינדזשענירן וואס האבן געמאכט די סיסטעם פאר די ספעיס-שיף, זיך צו לערנען וויאזוי צו נוצן די בעקאפ ראקעטס.

ס'נעמט 19 שעה פון מ'שיקט א מעסעדזש פון די ערד ביז ס'דערגרייכט וואויעדזשאר 1 (עלעקטאראנישע מעסעדזשעס פליען אויף די ספיד אף לייט), און נאך 19 שעה ביז די ריספאנס פון די ספעיס שיף קומט צוריק. די נאסא אינדזשענירן האבן געווארט מיט אנגסט 2 מאל 19 שעה, ביז זיי האבן ענדליך באקומען די ריספאנס פון די וואויעדזשער אז דאס ענדזשין פייערונג איז געווען סוקסעספול.

נאסא זאגט אז מיטן קענען נוצן די בעקאפ ראקעטס וועלן זיי קענען פארלענגערן די לעבן פון די וואויעדזשערס מיט אפאר יאר.

בילד: נאסא האט סוקסעספול אנגעצונדען די בעקאפ ראקעטן אויף די וואודזשער 1 שיף, נאך 37 יאר נישט נוצן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל