גוישען. — לאָיערס פאַר קרית יואל ווילעדזש, "יונייטעד מאָנראָו" און "פּרעזערוו האָדסאָן–וואַלי" האָבן די פאַרגאַנגענע וואָך געבעטן די סטעיט סופּרים קאָורט ריכטערין גרעטשען וואָלש צו באַזייטיגן די קעגנזייטיגע קלאַגעס וועלכע זענען אַריינגעגעבן געוואָרן, און אויסצופלאַסטערן דעם וועג פאַר די נייע "טאַון אָוו פּאַלם–טרי".

די לאָיערס מייקל סטערטהאַוז פאַר קרית יואל ווילעדזש און דעניעל ריטשמאָנד פאַר "פּרעזערוו האָדסאָן–וואַלי" — "יונייטעד מאָנראָו" זאָגן, אַז "די אויסגעגליכענע צדדים לייגן פאָר אַז זייער אָפּמאַך איז באמת היסטאָריש. בעת די אויסגעגליכענע צדדים זענען שוין פאַרליכטעט אָנצוהאַלטן זייערע טערמינען, פאַרלאַנגען זיי אַז די קאָורט זאָל באַשטעטיגן די סטיפּיולעישאָן צו פאַרזיכערן אירע בענעפיטן פאַר זיך און פאַר'ן פּאָבליק".

נאָך יאָרן פון קאָנפליקטן, זענען די "אויסגעגליכענע צדדים באַשעפטיגט אין אינטענסיווע דיסקוסיעס דאָס–יאָר, געצילט נישט בלויז צו לעזן זייערע שטרייטן, נאָר אויך צו פאָרמולירן אַ קאָנסטרוקטיווע ראַם צו פאָרשטעלן פרידליכע קאָ–עקזיסטענץ צווישן זייערע קאָמיוניטיס און פּראָדוקטיווע האַנדלונגען דורך זייערע רעגירונגען", שרייבן די לאָיערס.

צווישן די הויפּט טערמינען פון די סטיפּיולעישאָן דורך די צדדים זענען:

"פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט אָפּשטעלן איר אַפּעלאַט פון די 164 –עיקער אַנעקסעישאָן באַשטעטיגונגען און איר באַקעמפונג פון די 'סיקר"ע' פּראָצעדור און מסקנות, און קרית יואל ווילעדזש וועט אָפּשטעלן איר אַפּעלאַט איבער די 507 –עיקער אַנעקסעישאָן צוריקווייזן.

קרית יואל ווילעדזש און די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועלן נישט מוטיגן קיין לאַנד–אַנעקסעישאן פון די טאַון–אָוו–מאָנראָו צו קרית יואל ווילעדזש און/אָדער די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי", סיידן די 56 עקעירס וואָס זענען נויטיג צו מאַכן די ווילעדזש–אָוו–קרית–יואל און די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" זאָלן זיין אייניג אין די זעלבע גרעניצן, פאַר צען יאָר פונעם טאָג וואָס "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" גייט אַריין אין עפעקט.

קרית יואל ווילעדזש און די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועט נישט מוטיגן, באַשיצן, אָדער צוהעלפן די פאָרמירונגען פון נייע ווילעדזשעס אין מאָנראָו פאַר 10 יאָר פונעם אָנהוּיב פּאַלם–טרי און פאַר די צייט צווישן די באַשטעטיגונג און איר אָנהייב.

3. "יונייטעד מאָנראָו"/"פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" וועט זיך נישט קעגנשטעלן יושר'דיגע, לאָגישע און לעגאַלע רעזידענץ זאָונינג און פּלענינג באַשלוסן אין די "טאַון פון פּאַלם–טרי" ביז 10 יאָר.

קרית יואל און די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועט בלייבן אין די זעלבע גרעניצן אַמווייניגסטענס ביז 10 יאָר פון איר אָנהייב.

קרית יואל און די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" וועט פאָרזעצן צו מאַכן דעם ווילעדזש'ס וואַסער דיסטריביושאן סיסטעם צוטריטליך פאַר סיי וועלכע רעזידענץ און קאָמערשל באָדענס אין דערבנדיגע געגנטער אין טאַון–אָוו–מאָנראָו צו יושר'דיגע און גלייכע טערמינען.

די אויסגלייך נעמט אויך אַריין די קריטישע טערמינען אַז ביידע סקול–דיסטריקטס מוזן אויסגלייכן זייערע גרעניצן אַרויסצונעמען די פרישע קרית יואל אַנעקסירטע באָדנס פון די מאָנראָו-וואודבורי סקול–דיסטריקט. ביידע סקול–דיסטריקטס האָבן שוין געשטימט דערויף.

גלייכצייטיג האָט סטערטהאַוז צוגעגרייט אַ מעמאָראַנדום פאַר'ן קרית יואל ווילעדזש, וואָס לייגט אויס די פּראָצעדורן צו גרינדן איין רעגירונג סיסטעם פאַר אַ פאַראייניגטע "ווילעדזש–אָוו–קרית יואל" / "טאַון אָוו פּאַלם–טרי".

ער זאָגט, אַז קרית יואל און דער טאַון וועלן זיך תיכף אָנהייבן, און נאָכגיין צו פאַרענדיגן אַלע נויטיגע באַמיאונגען, אַריינגערעכנט — אָבער נישט באגרעניצט — צו אַנעקסעישאן, צוזאַמענשמעלצונג אָדער האָום–רול פאַרלאַנג צו מאַכן די ווילעדזש און טאַון גרעניצן אייניג.

ווי נאָר די ווילעדזש גרעניץ איז אויסגעגליכן צו די "טאַון אָוו פּאַלם–טרי" גרעניץ, וועט מען מוזן הערן די מיינונג פון די ווילעדזש וויילער אין דער פאָלגענדע אַלגעמיינע וואַלן וואס פאר אַ סאָרט רעגירונג זיי ווילן. דאָס קען פאַרלאַנגען אַ רעפערענדום אַזוי פרי ווי דעם קומענדיגן נאָוועמבער, ווען די וויילער וועלן אַרפן שטימען אויף די פראַגע: "צי זאָל די לאָקאַלע רעגירונג פונקציאָנירן הויפּטזעכליך אַלס אַ ווילעדזש אָדער הויפּטזעכליך ווי אַ טאַון?".

סטערטהאַוז ווייזט אָן, אַז די פּראָצעדור קען פאַרשנעלערן דעם טאָג וואָס די 'טאַון אָוו פּאַלם–טרי' זאָל אַריינגיין אין עפעקט צו יאַנואַר– 19 ' פאַר די אַקטיוויזירונג פון רעגירונג–פונקציעס, אַ גאַנץ יאָר פריער ווי אונטער'ן "טאַון–לאָו אַרטיקל– 5". דאָס וועט אויך אויסמיידן די אומזיכערהייט פון אַ האָום–רול פאַרלאַנג צו אַמענדירן די "טאַון–לאָו אַרטיקל– 5" איבער דעם עפעקטיוון טאָג פון די ניי–געשאַפענע "טאַון אָוו פּאַלם–טרי".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל