האדסאן וועלי. די אומאויפהערליכע האוזינג מארקעט קע"ה אין קרית יואל ראיאן ברענגט אריין נייע ריעל עסטעיט ציפערן וואס כאפן די אינדוסטריע אין פאזיטיווע איבערראשונג.

אבער עס איז נאך ווייט פון גענוג; א בארימטע ניו יארק האוזינג פאראיין איז ארויסגעקומען מיט א נייע אפשאצונג אז צו אדרעסירן די האוזינג געברויך אין געגנט פון ניו יארק סובארבס, דארף מען האבן נאך א פערטל מיליאן רעזידענשאל יוניטס אין ראקלענד, אראנדזש, וועסטשעסטער, לאנג איילאנד, צפון ניו דזשערסי, און מערב קאנעטיקוט.

די "רידזשענעל פלען אסאסעישאן" באטאנט, אינעם -40 זייטיגן אפשאצונג, אז אין אסאך לאקאלע געגנטער זענען דא שטרענגע זאונינג פארשריפטן וואס האלטן צוריק פון בויען די נויטיגע האוזינג אינווענטארי.

ספעציעל איז דאס א פראבלעם, זאגט די גרופע, ווען מ'קען בויען אסאך רעזידענשאל יוניטס נאנט צו פארקינג לאטס, טראנספארטאציע סיסטעמען, אא"וו, אז די איינוואוינער זאלן קענען האבן גרינגע צוטריט צו פארן אין ארבייט. אבער אנשטאט ערלויבן א ברייטע אנטוויקלונג פון דירות אין אזעלכע געגנטער, מיט אלע פאזיטיווע עקאנאמישע רעזולטאטן דערפון, זענען דא אזויפיל מוניציפאלע רעגירונגען וואס ערלויבן נאר גאר ווייניג הייזער אויף די דאזיגע שטחים.

די ערשטע לאקאלע באאמטע צו אדאפטירן די גרופע'ס שטעלונג, זענען באאמטע אין וועסטשעסטער, וואו מעיארן פון ניו ראושעל, אסינינג, טעריטאון און ווייט פלעינס, האבן זאפארט געזאגט אז זיי גייען ערנסט באטראכטן די מעגליכקייטן פון גרויסע "מולטי-פעמילי" פראיעקטן אין אזעלכע שטחים.

מער צפון, אין אראנדזש קאונטי, ווערט געפלאנט א -1,500 יוניט "טרענזיט" רעזידענשאל פראיעקט, נעבן די רעילראוד סטאנציע פון הערימען, פאר עקזיט 16 ביים טרואוועי, גענוי ווי עס ווערט פארגעשלאגן אין די דערמאנטע אפשאצונג, אבער דערווייל הערט מען נאך נישט פון די לאקאלע באאמטע עפעס דערוועגן.

אויך אין מאנסי ווערט געפלאנט א גרויסע -600-500 יוניט פראיעקט ביים אלטן גרויסן פארקינג לאט אויפ'ן רוט 59 , אין די זעלבע צייט וואס די רוט ווערט באטראכט פאר מאסיווע רענאוואציעס צו פארבעסערן טראנספארטאציע, וואס שטימט אויך מיט די גרופע'ס פארשלאגן צו 1) נוצן אלטע פארקינג לאטס פאר גרויסע רעזידענשאל פראיעקטן און 2) ארבייטן אויף בעסערע און/אדער נענטערע טראנספארטאציע פאר די איינוואוינער.

א צענטראלע שטעלונג פון די "אסאסיעשאן," צו אדרעסירן די פארלאנג אויף האוזינג אין "האדסאן וועלי ראיאן" מיט נאך הונדערטער טויזנטער יוניטס,  גיט א ריכטיגע אפקלאנג אויף די שוין-יעצטיגע האוזינג מארקעט אין קרית יואל און מאנסי ראיאנען. יעדן טאג קומען אויפ'ן מארקעט נייע הייזער, און עווענטועל נייע פראיעקטן פון הונדערטער און הונדערטער יוניטס בס"ד, און די פארלאנג איז ווייטער אין פולן שוואונג.

למעשה איז די אינווענטארי אין מאנסי ראיאן גאר ' ענג. א גרונטליכע באריכט אויפ'ן דריטן קווארטאל 17 למספרם, פון יולי ביז סעפטעמבער, צייגט אז סעילס פון פריוואטע הייזער אין ראקלענד קאונטי איז געפאלן כמעט זיבן פראצענט, און די מיטלגארטיגע פרייז איז ארויף איבער 3 פראצענט.

די צאל קלאוזינגס אין ראקלענד איז ארויף אין 3'טן קווארטאל קעגן די 2'טע קווארטאל, אבער איז געפאלן קעגן די 3'טע קווארטאל א יאר פריער, די צייט אויפ'ן מארקעט האט געטראסקעט, און די "עפארדעביליטי אינדעקס" איז אויך געפאלן. אלע סיגנאלן צייגן אויף א שטארקע ענגשאפט אינעם מארקעט, וואס מאכט נאך מער וואגיג דער באריכט פון די "אסאסיעישאן" אז מען דארף האבן צענדליגער און גאר הונדערטער טויזנטער נאך דירות אינעם גאנצן ראיאן.

אין אראנדזש קאונטי, וואס נעמט אריין קרית יואל ראיאן, שפילט זיך אפ ענליכע סענטימענטן - אבער ווייט נישט אזוי געפערליך.

די אינווענטארי איז אראפ אין אראנדזש קאונטי, און די פרייזן זענען אביסל ארויף, אבער די צאל "קלאוזינגס" זענען שטארק ארויף, סיי קעגן חדשים צוריק און סיי קעגן די זעלבע צייט א יאר פריער.

אין צענטער פון קרית יואל קומען צוביסלעך אויף נייע פראיעקטן, אבער אין די זעלבע צייט קומען טעגליך אויפ'ן מארקעט נאך און נאך הייזער אין אזעלכע קווארטאלן ווי העלף האלאו, בלומינג גראוו, לעיק שאור - וואס גייט גאר שטארק, ספעציעל ארום די קליינע וואסערל אין צענטער - ווי אויך ווייטער אין ריכטונג פון טשעסטער, אדער די רידזש געגנט נענטער צו וואודבערי.

פארלעסליכע ציפערן וואס "דער בית" קען יעצט פארעפנטליכן צייגן ספעציפיש, אז "קאנדא" סעילס אין אראנדזש קאונטי איז אין דריטן קווארטאל געשטיגן מיט איבער 17 פראצענט קעגן די פריערדיגע 3 מאנאטן, איבער דאפלט ווי די וואוקס אין פריוואטע הויז סעילס, וואס איז געשטיגן מיט איבער 7 פראצענט.

אבער אין אלע קאטעגאריעס האוזינג קען מען שווער נאכקומען דעם פארלאנג; די צייט פון הייזער אויפ'ן מארקעט איז געפאלן מיט איבער 16%.

בילד: אראנדזש, ראקלענד, האוזינג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל