פון זאכליך

זונטאג נאכט, ווען די לבנה גייט זיין גאנץ, גייט זיין א סופערמאָן. דאס מיינט אז ס'גייט זיין סופער גרויס, גרעסער ווי געווענליך.

די לבנה איז נישט אלס די זעלבע ווייט פון די ערד, יעדע 27 טעג גייט עס אריבער א סייקל וואס ס'ווערט נענטער און ווייטער פון די ערד. די חודש'ליכע סייקל פון די לבנה איז 29.5 טעג, ממילא קומט אויס אז יעדע מאל די לבנה איז נאנט איז עס אנאנדערע סייז.

ווען ס'קומט זיך צוזאמען די צוויי זאכן, די נאנטע לבנה און די גאנצע לבנה הייסט עס "סופערמאָן".

א סופערמאָן איז 14% גרעסער, און 30% ליכטיגער.

די בעסטע איז צו אבזערווירן די לבנה ממש נאכן אויפשיינען אדער פארן אינטערגיין ווייל דעמאלטס איז דא די אפטיקל אילוזיע וואס מאכט עס אויסזעהן נאך גרעסער ווייל ס'איז נאנט צו די האריזאנט.

בילד: סופער לבנה, היינט נאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל