די דעלטא עירליין האט געמאלדן אז די פירמע דערווארטעט "עמיצן" צו באצאלן פאר די ריזיגע שאדנס וואס זי האט געליטן אדאנק דעם מאסיווען עלעקריציטעט קורצשלוס וואס האט געברענגט דעם לופטפעלד אין אטלאנטע, דזשארדזשיע, צו אן עלף-שטונדיגן שטילשטאנד דעם פארלאפענעם זונטאג.

טויזנטער מענטשן זענען געבליבן געשטראנדעט און פופצן-הונדערט רייזעס זענען אפגערופן געווארן צוליב דער אויסשאלטערונג פון דער עלעקטריציטעט אינעם לופטפעלד דורכאויס דעם פארנומענסטן פלי-סעזאן פון יאר.

א דעלטא-ווארטזאגער האט דערקלערט אז די פירמע האט נאכנישט באשטימט ווער ס'איז שולדיג אינעם קורצשלוס, די ארטיגע עלעקטריציטעט-פירמע צי די לופטפעלד פארוואלטערשאפט, אבער עמיצער וועט איר מוזן באצאלן פאר די שווערע שאדנס וואס דער עירליין האט געליטן אלס רעזולטאט.

דער גענויער סכום פונעם שאדן איז נאכנישט פעסטגעשטעלט געווארן, אבער דער ציפער ווערט געשאצט צו באטרעפן שווערע מיליאנען, מעגליך גאר ביליאנען דאלארן.

בילד: 'דעלטא' וויל קאמפענסירט ווערן פאר קורצשלוס-שאדנס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל