מען הערט אסאך פאליטיקאנטן קאמפיינען, אז ״יעדע איינציגע שטימע ציילט,״ אבער גאר זעלטן טוט זיך דאס מאניפעסטירן אזוי ווי נעכטן אין ווירדזשיניע, ווען אן איינציגע שטימע וועט ווארשיינליך טוישן די פאליטישע מאפע אינעם סטעיט, און אוועקנעמען די מאיאריטעט אינעם דעלעגאטן הויז פון די רעפובליקאנער און ברענגען די צאל געזעצגעבער צו אן אייניגע צאל פון דעמאקראטן און רעפובליקאנער, וואס וועט צווינגען די פארטייען צו זיך צעטיילן מיט דער פירערשאפט.

אין די וואלן וואס זענען דארט אפגעהאלטן געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק, איז דער אמטירנדער רעפובליקאנער געזעצגעבער געשטאנען פאראויס פון זיין דעמאקראטישן אפאנענט מיט בלויז 10 שטימען -- וואס האט געפירט צו אן אויטאמאטישער איבערציילונג, וואס האט זיך נעכטן געענדיגט מיט אן איבעראשנדן אויסגאנג, ווען נאך דער איבערציילונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דעמאקראטישע קאנדידאט, שעלי סימאנס, האט באזיגט דעם לאנגיעריגן רעפובליקאנער געזעצגעבער, דעיוויד יענסי, מיט בלויז איין-איינציגע שטימע, 11,608 צו 11,607.

דער אויסגאנג דארף היינט באשטעטיגט ווערן אין געריכט, אבער עקספערטן זאגן אז נאך א גרונטליכער איבערציילונג זענען ווי עס שיינט נישט דא קיין צווייפלהאפטיגע שטימען, און דאס געריכט וועט עס לייכטערהייט באשטעטיגן. אלס רעזולטאט וועט די צאל דעמאקראטן ארויפגיין צו 50 קעגן 50 רעפובליקאנער, און דערמיט וועלן די רעפובליקאנער פארלירן די מערהייט פון 66-34 וואס זיי האבן געהאט פאר די לעצטע וואלן.

בילד: פירערשאפט טוישט לעגיסלאטיווע הויז צוליב איינציגער שטימע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל