א מאן וועמען דאס געריכט האט געפונען שולדיג אין א 87' רויבעריי-איבערפאל אויף עטליכע פארט-העמילטאן-פארקוועי געשעפטן, וועט באפרייט ווערן פון טורמע נאך דעם וואס זיין אומשולד איז איבערגעוויזן געווארן.
דער 46-יעריגער מארק דעני, וועלכער האט פארברענגט נאענט צו דרייסיג יאר אין טורמע, איז זיינער-צייט אנגעקלאגט געווארן אויף רויב און אנדערע פארברעכנס בשייכות דער רויבעריי, און פראקורארן האבן באוויזן איבערצוצייגן דעם געריכט אים צו געפינען שולדיג און פאראורטיילן צו א לענגערער טורמע-טערמין. א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע, וואס זוכט אויס אזעלכע קרבנות פון אומבארעכטיגע אורטיילן, האט נאך א שטיק צייט באוויזן צוזאמצונעמען קאנקרעטע באווייזן וואס ווייזן קלאר, אז דעני איז נישט געווען דער וואס האט דורכגעפירט יענע פארברעכנס.
נאך א קאמפיין פון דעם "אומשולדיג פראיעקט", האט דער אפיס פונעם דיסטריקט אטוירני דורכגעקוקט די צוגעשטעלטע באווייזן און איינגעזען אז דעני איז ווירקליך אומשולדיג, און איינגעגאנגען צו אנולירן די באשולדיגונג קעגן אים.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

הוסף רשומת תגובה