די שפאנונג צווישן כינע און טאיוואן איז געשטיגן נאכדעם וואס כינזערע קאמפס און שפיאנאזש פליגער האבן דורכגעפירט א מיסיע העכער דעם זעלבסשטענדיגן אינזל טאיוואן נעכטן מאנטאג, דאס איז געקומען אלס צייכן פון מאכט נאכדעם וואס כינעזער אויטאריטעטן האבן ארויסגעלייגט א שארפע ווארנונג קעגן פלענער פון די אמעריקאנער מיליטער צו אנקערן איינע פון אירע שיפן ביים פארט פון טאיוואן.

כינע טוט אפיציעל נישט אנערקענען אין די זעלבסשטענדיגקייט פון טייוואן און באטראכט איר אלס טייל פון כינע, און די רעגירונג אין טאיוואן באטראכט זיך אויך אלס די איינציגע לעגיטימע רעגירונג פון גאנץ כינע און אנערקענט נישט אין די הערשאפט פון די צענטראל קאמוניסטישע רעגירונג. שוין צענדליגע יארן איז פארהאן א פייער שטיל שטאנד און כינע האט שלום געמאכט מיט די פאקט אז טאיוואן געניסט פון דע-פאקטא זעלבסשטענדיגקייט.

די טאיוואנעזער רעגירונג האט שארף פראטעסטירט די כינעזער מיליטער פאר׳ן שטערן די סטאטוס-קווא אבער די כינזעזער רעגירונג זאגט אז דאס איז בלויז געווען א רוטינע פאטראל מיסיע צו פארזיכערן אז די כינזערע רעגירונג איז גרייט צו באשיצן ״אלע טעראטאריעס פון כינע״ און דערמיט געשיקט א קלארע ווינק פאר טאיוואן אז זי באטראכט נאך דעם אינזל אלס טייל פון איר טעראטאריע. עקספערטן האלטן אז דאס קומט דירעקט אין א צייט וואס טאיוואן פארהאנדלט מיט אמעריקע די מעגליכקייט פון זיך איינהאנדלן מער פארגעשריטענע וואפן.

בילד: שפאנונג אין כינע נאכדעם וואס כינזערע קאמפס פליגער פליען ארום טאיוואן 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל