וויסקאנסין – פראקורארן אין מילוואקי, וויסקאנסין זאגן אז א פארשוין האט געפירט די פאליציי אויף א מאסיוון קאר-געיעג, און נאכדעם האט ער אריינגעשמעטערט מיט זיין קאר אין א געביידע, ווערנדיג שווער פארוואונדעט. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 20 יעריגער לאוגען מייקל בראנדענבורג, וועמען די פאליציי האבן געוואלט אפשטעלן פאר א מינדערוויכטיגע טראפיק רעגולאציע, אבער ער האט זיך גענומען שנעל אוועקפארן פון די פאליציי, פירנדיג צום קאר-געיעג, און עווענטועל צום קראך וואס ער האט אליין דורכגעפירט. ער האט געדארפט צוקומען צו באהאנדלונג אין שפיטאל און איז שפעטער טראנספערירט געווארן צום לאקאלן קאונטי טורמע, וואו ער האט דערציילט פאר די אויספארשער, אז ווען די פאליציי האבן אים אפגעשטעלט האט ער באשלאסן צו אנטלויפן, און ער האט אריינגעלייגט דירעקציעס אין זיין דזשי-פי-עס מאשינקע, וואו צו אנטלויפן, אבער בשעת די פאליציי זענען אים נאכגעפלויגן, איז ער געווען צו פארנומען צו קוקן אויף די דירעקציעס, אז ער האט דעריבער געקראכט זיין קאר.

איין לעקציע וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון בראנדענבורג: ווען מ'אנטלויפט, קוקט מען נישט וואוהין צו לויפן, נאר מ'לויפט!...

בילד: ווען מ'אנטלויפט, אנטלויפט מען!



בילד: לאוגען מייקל בראנדענבורג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל