רוסלאנד האט געמאכט נאך א שטארקע טריט פאראויס צו באקומען מער דאמינאנץ אינעם מיטל מזרח ראיאן ווען זיי האבן געשלאסן ברייטע דיפלאמאטישע און מיליטערישע אפמאכן מיט׳ן עגיפטישן רעגירונג, די פארהאנדלונגען צווישן די צוויי לענדער קומען שוין פאר ארום דריי יאר זינט אל-סיסי האט איבערגענומען די מאכט, און לעצטנס האבן די צוויי לענדער אונטערגעשריבן וויכטיגע מיליטערישע אפמאכן, צווישן אנדערע אפמאכן אונטער וועלכע עגיפטן קויפט איין געווער פון רוסלאנד אין שווערע ביליאנען, און אזאנס וואס וועט געבן פאר רוסלאנד א פערמענאנטע מיליטערישע אנוועזנהייט אויף עגיפטישן באדן ביים גרעניץ מיט ליביע.

נעכטן האט פרעזידענט פוטין אפגעשטאט א באזוך אין קאירא - נאכ׳ן אפשטאטן א איבעראשנדע באזוך אין סיריע - ווי ער האט זיך געטראפן מיט׳ן עגיפטישן פרעזידעט פאטח אל-סיסי. די צוויי האבן אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע זיי האבן געמאלדן אז עס וועט באנייעט ווערן די דירעקטע פליגער רייזעס פון רוסלאנד קיין עגיפטן נאכדעם וואס עס איז געווארן אפגעהאקט מיט צוויי יאר צוריק צוליב זיכערהייטס זארגן פון רוסלאנד נאכדעם וואס א פליגער איז אראפגעשאסן געווארן העכערן סיני האלב-אינזל.

די הויכפונקט פון די באזוך איז געווען דאס אונטערשרייבן א אפמאך אונטער וועלכע רוסלאנד וועט בויען א נוקלעארע פלענט פאר ציווילע באנוץ פון עגיפטן אין די ווערט פון 21 ביליאן דאלער, און נאך עטליכע מיליטערישע אפמאכן. די פאקט אז עגיפטן - וועלכע קריגט ביליאנען אין אמעריקאנער הילף יערליך - ווארימט אן אזוי נאנט אירע באציאונגען מיט רוסלאנד איז א שטארקע קלאפ פאר די אמעריקאנער אויסערן פאליטיק, וויבאלד עגיפטן איז סטראטעגיש וויכטיג פאר אמעריקע.

בילד: פרעזידענט פוטין שטאט אפ באזוך אין עגיפטן צו אונטערשרייבן נוקלעארע אפמאך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל