נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז אמעריק ציהט זיך ארויס פון די ״פאריזער אקארד״ איבער קלימאט טויש און גלאבאלע אנווארמונג, און אלס רעזולטאט וועט די רעגירונג נישט פינאנצירן פארש ארבייט איבער קלימאט טויש, האט דער פראנצויזישער פרעזידענט מאקראן פארעפנטליכט א ווידיא אויף ענגליש אין וועלכע ער לאנדענט איין די אמעריקאנער וויסנשאפטלער צו קומען קיין פראנקרייך ווי ער האט פארשפראכן זיי צו אויפנעמען מיט אפענע ארעמ׳ס און ״מאכן אונזער פלאנט גרעיט עגעין״.

די ווידיא האט אויסגעקוקט צו זיין א פאליטישע שריט געצילט צו דערלאנגען א טשעפע צום אמעריקאנער פרעזידענט, אבער ווי עס שיינט האנדלט זיך עס פון א קאנקרעטע פלאן, נעכטן האט די פראנצויזישע רעגירונג געמאלדן אז פון די ארום צוויי טויזנט אמעריקאנער וויסנשאפטלעך וואס האבן זיך געמאלדן האבן 13 פראמינענטע וויסנשאפטליכער געווינען דעם ״מעיק די פלאנעט גרעיט עגעין״ פארמעסט און וועלן דעריבער באקומען גרויסע געלטער פון די פראנצויזן פאר זייערע פארש ארבייט וואס וועט יעצט פארקומען אין די פראנצויזישע אינסטיטוציעס אנשטאט אין אמעריקע.

דער פראנצויזישער פרעזידענט האט זיך נעכטן געטראפן מיט די גרופע וויסנשאפטלער ביי א ספעציעלע אויפנאמע אין פאריז, און האט זיי באדאנקט פאר׳ן קומען קיין פראנקרייך ווי זיי וועלן ארבייטן צו פארשן און אנטוויקלן טעכנאלאגיע צו באקעמפן קלימאט טויש אינאיינעם מיט די אקאדעמישע און ביזנעס געמיינדע פון פראנקרייך.

בילד: פרעזידענט מאקראן פון פראנקרייך האלט אפ זיצונג מיט אמעריקאנער קלימאט וויסנשאפטליכער 


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל