אן אוקראיניש געריכט האט אפגעווארפן א פארלאנג צו פארהאלטן דעם געוועזענעם גרוזיער פרעזידענט, מיכאאיל סאקאשווילי, אונטער הויז-ארעסט, מיט דריי טעג נאכ'ן ארעסטירט ווערן אויף באשולדיגונגען אז האט אנגעבליך צוזאמגעארבעט מיט אוקראינישע ביזנעסלייט מיט פארבינדונגען צו רוסלאנד אומצואווארפן די רעגירונג פונעם אוקראינישן פרעזידענט, פעטרא פאראשענקא. סאקאשווילי לייקנט די באשולדיגונגען.

מיכאאיל סאקאשווילי, וועלכער איז פריער געווען פרעזידענט פון גרוזיע, געפינט זיך היינט אין אוקראינע וואו ער איז אקטיוו אין דעם קעגנערישן לאגער פון דער יעצטיגער פירערשאפט, וועמען ער באשולדיגט אין קארופציע און אנדערע מיסברויכן.

רעגירונגס-פראקורארן האבן פארלאנגט פונעם געריכט צו האלטן סאקאשווילי'ן אונטער הויז-ארעסט, אבער דער ריכטער האט אפגעווארפן דעם פארלאנג. דאס ווערט געזען ווי א פאטש פאר'ן פרעזידענט, פאראשענקאו, וועלכער ווערט באשולדיגט אין גארנישט טאן צו לינדערן די ווייט-פארשפרייטע קארופציע וואס איז טיף-פארווארצלט אין לאנד.

נאכ'ן פרייגעשפראכן ווערן האט סאקאשווילי דערקלערט אז ער וועט ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע פאליטישע פארטייען און שטרעמונגען, צו העלפן דורכפירן א פרידליכן טויש אין דער רעגירונג.

בילד: אוקראינע געריכט באפרייט געוועזענעם גרוזיער פרעזידענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל