מאנהעטן – ניו יארק סיטי פאליציי הויפטן האבן שטארק אראפגעריסן א נייע געזעץ פארשלאג, וועלכע איז אויפגעברענגט געווארן אינעם סיטי קאונסיל, צו געבן קוראזש פאר שטאטישע איינוואוינער צו קלאגן די אויטאריטעטן. דער ביל פארשלאג, וועלכע איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך קאונסילמאן דזשומאן וויליאמס פון ברוקלין, וועט שאפן א סיטי געזעץ וועלכע אנערקענט די רעכטן פון אן איינוואוינער צו רעקארדירן פאליציי אקטיוויטעטן אויף פריוואטע קאמערעס אדער סעלפאונס, און אויך וועט דאס געזעץ קלאר אוועקשטעלן א לעגאלע צוגאנג וויאזוי אן איינוואוינער קען קלאגן די סיטי רעגירונג, אויב א פאליציי אפיציר האט באפוילן יענעם אפצושטעלן רעקארדירן פאליצייאישע אקטיוויטעט אדער גאר אוועקגעכאפט און געשעדיגט דעם קאמערע/סעלפאון. סיטי פאליציי דעפיוטי שעף עמאניועל קאטראנאקיס האט אויפגעטרעטן אינעם סיטי קאונסיל, וואו ער האט אראפגעריסן דעם געזעץ פארשלאג, זאגנדיג אז עס איז איבריג, ווייל פעדעראלע געזעצן געבן שוין די רעכט פאר בירגער צו קלאגן אין אזעלכע פעלער, און אז א ניי געזעץ וועט בלויז מאכן שווערער די ארבעט פאר אפיצירן און ברענגען א פלייץ פון לעכערליכע אנקלאגעס.
הוסף רשומת תגובה