וואשינגטאן - א גרופע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע סענאטארן גייען אין די נאענטע טעג ארויסשטעלן א געזעץ פארשלאג, אז די רעגירונג זאל אונטערנעמען פארשידענע שריט צו בלאקירן פרעמדע לענדער פון זיך אריינמישן אין אמעריקאנער וואלן. דער געזעץ פארשלאג קומט אין רעאקציע צו די 2016 וואלן, ווען עס ווערט באשולדיגט אז רוסלאנד האט זיך אריינגעמישט אין די פרעזידענט וואלן צו העלפן דאנאלד טראמפ, און אויך קומט עס הארט בעפאר די מידטוירם וואל סעזאן צו קאנגרעס און סענאט פאר 2018 גייט זיך אנהייבן. עס איז נישט קלאר צי דאס געזעץ וועט האבן די שטיצע פון פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס באריכטן צייגן אז ער איז נאך אלץ נישט איבערגעצייגט אז רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן.

בילד: געזעץ צו שטערן דרויסנדיגע וואל איינפלוס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל