קאליפארניע – טעכנאלאגיע עקספערטן ווארענען איבער אן עפידעמיע פון שווינדלערייען וועלכע נעמען אריין "טעק-סופארט". ווען עמיצנ'ס קאמפיוטער קראכט אדער מאכט פראבלעמען, גייט מען אפט ארויף אויפ'ן אינטערנעט און מ'זוכט אפיר א "טעק-סופארט" עקספערט, אז יענער זאל ארויסהעלפן און פאררעכטן די פראבלעמען מיט'ן קאמפיוטער. עס זענען דא פילע לעגיטימע פירמעס וועלכע העלפן טאקע ארויס, אבער שווינדלער האבן זיך לעצטנס אנגעהויבן מער און מער ארויפכאפן אויף דער געלעגנהייט, און שטעלן זיך אהער אלס "טעק-סופארט" עקספערטן. ווען א מענטש'ס קאמפיוטער איז אים צעבראכן, איז ער אפטמאל אין אזא דראנג און יאגעניש עס צו פאררעכטן וואס שנעלער, אז מען מאכט איבערגעאיילטע באשלוסן, און מען פאלט אריין אין די הענט פון די שווינדלער, וועלכע פאררעכטן נישט גארנישט, נאר שלעפן ארום דעם מענטש, בעטנדיג נאכאנאנד נאך א קליינע "טשארדזש" און נאך אביסל געלט, און דאן לאזן זיי איבער דעם מענטש הענגען. די עקספערטן זאגן אז מען דארף זיין זייער געווארנט, און נאכזוכן עמיצנ'ס רעפוטאציע, בעפאר מען נוצט אים פאר "טעק-סופארט".

בילד: עפידעמיע פון "טעק-סופארט" שווינדל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל