גאווערנאר ענדרו קאומא האט געמאלדן אז ער האט צוזאמגענומען א כוח פון הונדערטער פאליציאנטן, נעשאנעל גארד טרופן, און עם-טי-עי און פּאָרט אויטאריטי פאליסלייט צו באוואכן פארנומענע טראנזיט-ערטער אין דער שטאט דורכאויס דעם חגאות-סעזאן.
ביים אנאנסירן וועגן דעם פלאן האט קאומא אנגעוויזן אז עס זענען נישט פאראן קיין ספעציפישע ידיעות איבער געפלאנטע טעראר-אטאקעס, און די סטעיט נעמט אונטער די שריט אלס באווארענונגס-מיטל.
די ספעציעלע כוחות וועלן קאנצענטרירט ווערן ביי פּען סטעישאן, דעם גרענד צענטראל טערמינאל, די ניין עיקר בריקן און טונעלן, ווי אויך די לאגווארדיע און קענעדי לופטפעלדער.
צווישן אנדערן וועלן די וואַך-איינהייטן זיין אויסגעשטאט מיט ספעציעלן געצייג צו אונטערזוכן טראקס פאר כעמיקאלער ראדיאציע און באמבע שפיר-אפאראטן, ווי אויך קאמערעס און אנדערע אבסערוואציע-צוגעהערן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה