די פירערין פון דער לינקער 'גרין' פארטיי, דזשיל סטיין, איז באאויפטראגט געווארן דורך א קאנגרעסיאנאלער קאמיטע איבערצוגעבן א צאל דאקומענטן בשייכות אן אויספארשונג איבער מעגליכע קאנטאקטן וואס זי זאל האבן געמאכט מיט רוסלאנד דורכאויס דעם פארלאפענעם וואלן-סעזאן.

די סענאט אינטעלידזשענס קאמיטע, וואס פירט אן מיט די אויספארשונגען איבער די באשולדיגונגען אז רוסלאנד זאל זיך האבן 'אריינגעמישט' אין דעם פרעזידענט-קאמפיין דורכאויס 16', האט צווישן אנדערן אנגעוויזן אויף א בילד וואס ווייזט פרוי שטיין זיצן ביים זעלבן טיש ווי דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, אינאיינעם מיט'ן געוועזענעם זיכערהייטס-ראטגעבער צו פרעזידענט טראמפ, מייקל פלין.

דער רעפובליקאנער סענאטאר ריטשארד בור האט פריער מרמז געווען אז די קאמיטע האלט אינמיטן אויספארשן צוויי קאמפיינס אויפ'ן חשד פון האבן צוזאמגעארבעט מיט רוסלאנד דורכאויס דעם וואלן-סעזאן. די גרין-פארטיי איז ווי עס שיינט דער ערשטער, און דער אנדערער וועט זיין דער קלינטאן-קאמפיין.

אין א סטעיטמענט האט סטיין דערקלערט אז זי קאאפערירט מיט דער אויספארשונג, און אז זי האט נישט באקומען באצאלט פון דער רוסישער רעגירונג פאר יענער רייזע.

בילד: 'גרין'-קאנדידאט אונטער פארדאכט פון רוסישע פארבינדונגען דורכאויס קאמפיין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל