די טראמפ-אדמיניסטראציע האט נעכטן (מאנטאג) פארעפנטליכט דעם פרעזידענט'ס 'נעשאנעל סעקיוריטי סטראטעגיע', וואס שטעלט אוועק דער רעגירונג'ס פרינציפן פאר די נאציאנאלע זיכערהייט-אינטערעסן.

דער דאקומענט שטרייכט אונטער די וויכטיגקייט פון "עקאנאמישער זיכערהייט" אלס אן אינטעגראלער טייל פון דער אלגעמיינער נאציאנאלער זיכערהייט, און זאגט אז פרעזידענט טראמפ'ס וויזיע איז אפצושטעלן "עקאנאמישע אגרעסיע" קעגן די פאראייניגטע שטאטן, און זיכער מאכן אז די האנדלס-אפמאכן וואס אמעריקע האט מיט אנדערע לענדער זענען יושר'דיג און באלאנצירט.

דער דאקומענט רעדט אויך וועגן רוסלאנד און כינע, וואס ווערן דורכ'ן פרעזידענט באצייכנט ווי "קאנקורירנדע לענדער" וועלכע "פארמעסטן זיך אויף דער אמעריקאנער מאכט, השפעה, און אינטערעסן, און פרובירן אויסרייסן די אמעריקאנער זיכערהייט און שפע."

דער באריכט דערמאנט אויך די רוסישע פאטשקערייען אין די נאציאנאלע וואלן, און באאויפטראגט די רעגירונג צו האלטן אן אויג אויף אזעלכע זאכן.

איראן און צפון קארעא ווערן באזונדערס ארויסגעהויבן אלס מסוכנ'דיגע רעזשימען, וועלכע שטיצן טעראר און אנטוויקלען נוקלעארן געווער.

דער דאקומענט קריטיקירט ברמיזה דעם פרעזידענט'ס פארגייער, באראק אבאמא, פאר'ן "פארנאכלעסיגן די נוקלעארע אמביציעס פון צפון קארעא און דורכפירן א שרעקליכן, שוואכן און אויסטערליש-שלעכטן אפמאך מיט איראן."

בילד: טראמפ פרעזענטירט 'נאציאנאלע זיכערהייט סטראטעגיע'

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל