א בריטישער גלח מיט א רעפוטאציע פון העצן קעגן אידן אויפ'ן אינטערנעט האט ארויפגעשטעלט אויף זיין פעיסבוק-זייטל אן ארטיקל וואס "ווייזט קלאר איבער" אז א גרופע איינפלוסרייכע אידן זענען געשטאנען אונטער די 9-11 אטאקעס.

נאך דרוק אויף דער קירכע, האט יענער גלח, סטיווען סיזער, אראפגענומען דעם לינק, אבער אויף אן אנפראגע פון דער פרעסע דערוועגן האט ער רעאגירט, "אדרבא, ווייזט מיר אויף אז די באשולדיגונג איז נישט אמת."

סיזער האט שוין עטליכע מאל אין דער פארגאנגענהייט געמאכט נייעס מיט אנטיסעמיטישע באמערקונגען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל