די ערשטע מסקנות פון אן אויספארשונג איבער די סיבה וואס זאל האבן אראפגעפירט אן עמטרעק-באן פון שינעס איבער א פארנומענעם הייוועי אין וואשינגטאן ווייזן, אז די באן איז געפארן מיט א שנעלקייט פון אכציג מייל-פער-שעה, אנשטאט די געפאדערטע דרייסיג מייל-פער-שעה וואס איז די דערלויבטע שנעלקייט אין יענער זאנע.

צוועלף וואגאנען פון דער באן, וואס איז געווען אויפ'ן וועג פון וואשינגטאן קיין ארעגאן, זענען אינמיטן וועג אראפגעפארן פון די שינעס און עטליכע זענען אראפגעפאלן אין א פארנומענעם הייוועי וואס לויפט אונטער די שינעס. דריי מענטשן זענען אומגעקומען און מער ווי הונדערט זענען פארוואונדעט געווארן אין דעם עקסידענט.

די עמטרעק-באן איז געווען אויף איר ערשטער רייזע איבער די 14.5-מייל לאנגע שינעס, וואס נארוואס איבערגעמאכט געווארן.

בילד: וואשינגטאן-באן געפארן דאפלט אזוי שנעל ווי דערלויבט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל