די פאראייניגטע שטאטן און ענגלאנד באשולדיגן דעם צפון-קארעא רעזשים אלס דער וואס איז געשטאנען אונטער דער גלאבאלער קאמפיוטער-אטאקע, וואס האט פארקריפלט טויזנטער ביזנעסער און קערפערשאפטן איבער 150 לענדער מיט עטליכע חדשים צוריק.

יענע וויירוס-אטאקע, וואס האט באטראפן 300-טויזנט קאמפיוטער פון שפיטאלן, בענק און געשעפטן, איבער דער גאנצער וועלט, און געברענגט א שאדן געשאצט צו באטרעפן ביליאנען דאלארן.

דער פארדאכט איז נאך פריער געפאלן אויף צפון קארעא, אבער יעצט איז עס צום ערשטן מאל באשטעטיגט געווארן דורך די רעגירונגען פון אמעריקע און ענגלאנד, וועלכע זאגן אז די מסקנא איז באזירט אויף קראנטע באווייזן, און אז אנדערע לענדער, ווי קאנאדע, אוסטראליע, און ניו זילאנד, וועלכע האבן דורכגעפירט זעלבסשטענדיגע אויספארשונגען, זענען געקומען צו דער זעלבער איבערצייגונג.

די אטאקע איז באשטאנען פון א קאמפיוטער-וויירוס, וואס האט פארשלאסן די קאמפיוטערס וואס זענען אנגעשטעקט געווארן און די באניצער האבן פארלוירן צוטריט צו דער אינפארמאציע אינעווייניג. א מעסעדזש וואס איז מיטגעקומען מיט דער דער וויירוס האט אנגעוויזן די אייגנטימער צו באצאלן א געוויסן סכום "אויסלייז-געלט", כדי זייערע קאמפיוטערס זאלן געעפנט ווערן.

בילד: צפון קארעא באשולדיגט אין גלאבאלער קאמפיוטער-אטאקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל