אן אויספרעג צווישן פופציג עקאנאמישע עקספערטן אין אייראפע ווייזט, אז פינאנץ-מומחים זענען נישט באזארגט איבער א מעגליכקייט אז ביקאינס וועלן דעסטאביליזירן די אלגעמיינע מארקעטס.

פריערדיגע באריכטן האבן שפעקולירט איבער דער מעגליכקייט, אז ביטקאינס, וועלכע זענען אומאפהענגיג פון די אלגעמיינע פינאנציעלע סטאנדארטן, וועלן אפשר האבן א נעגאטיווע השפעה אויף דעם אלגעמיינעם פינאנציעלן סעקטאר איבער דער וועלט. די עקספערטן ווייזן אבער אן, אז דער ביטקאין פארנעמט זייער א קליינעם חלק אינעם פינאנציעלן סעקטאר און די ראטע וואס ער שפילט איז אויך היפש קליין. אין צוגאב, איז דער ביטקאין נישט צו שטארק פארבינדן מיט'ן פינאנציעלן סיסטעם, וועלכע איז אלס תוצאה באשיצט דערקעגן.

די ביטקאין קריפטא-וואלוטע איז היפש פאפולער געווארן אין דער לעצטער שטיק צייט, און געוויסע אנאליסטן האלטן אז דער שוואונג וועט זיך פארגרעסערן אין דער צוקונפט.

בילד: ביטקאין נישט קיין געפאר פאר פינאנציעלער סטאביליטעט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל