אין אנבליק פון דעם נארוואס-דורכגעפירטן לויט-העכערונג געזעץ, וואס האט ארויפגעריקט דעם מינימום געהאלט פאר אן ארבעטער צו $9.70 פער שעה, האט גאווערנאר קאומא אויסגעדריקט חשק צו טאן דאס זעלבע פאר רעסטאראן-סארווירערס, און אנדערע אינדוסטריעס אין וועלכע די ארבעטערס באקומען באצאלט דורך "טיפּס" פון קאסטומערס.
"טיפּ"-ארבעטערס געפינען זיך יעצט אין א באזונדערער קאטעגאריע. לויט'ן יעצטיגן געזעץ, שטייט דאס מינימום-געהאלט פאר אזעלכע ארבעטערס ביי $7.50 פער שעה, און אין פאל די טיפּס ברענגען נישט פאר דעם ארבעטערס דעם דאזיגן סכום, דארף דער אייגנטימער צוצאלן די דיפערענץ.
קאומא וויל יעצט העכערן דאס מינימום-געהאלט פון טיפ-ארבעטערס צו דער זעלבער ראטע ווי אלגעמיינע, וואס שטייט יעצט ביי $9.70 פער שעה.
דער פלאן איז קריטיקירט געווארן דורך עטליכע קערפערשאפטן אין דער טיפ-אינדוסטריע, ווי די "ניו יארק סטעיט רעסטאראן אסאסיאציע", וועלכע האט צווישן אנדערן אנגעוויזן אז אויב זאל דאס געזעץ דורכגעפירט ווערן, וועט עס פירן רעסטאראן-אייגנטימער אויפצוהערן בכלל מיט דעם סיסטעם פון לאזן די אנגעשטעלטע באקומען טיפס פון קונדן, וואס וועט נאר גורם זיין שאדן פאר די סארווירערס זעלבסט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה