לאנדאן – ארום העלפט בריטישע בירגער זאגן אז זיי שטיצן דעם געדאנק פון דורכפירן א צווייטע אפשטימונג, צי ענגלאנד זאל טאקע פארלאזן דעם אייראפעאישן יוניאן אדער נישט. די אנקעטע איז פובליצירט געווארן נעכטן דורך דער "מעיל אן סאנדעי" צייטונג, און עס צייגט אז 50 פראצענט ווילן נאך א שאנס צו שטימען צי מען זאל זיך אפטיילן, 34 פראצענט ווילן נישט נאך א רעפערענדום און 16 פראצענט זענען אומזיכער. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז א מאיאריטעט בריטישע בירגער האלטן אז זייער רעגירונג פארפליכטעט זיך צו צאלן צופיל געלט פאר'ן אייראפעאישן יוניאן אלס טייל פון די "צעשיידונג געלטער". די אנקעטע קומט אינדערצייט וואס פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי וועט היינט מאנטאג זיך טרעפן מיט הויכראנגיקע אייראפעאישע באאמטע אין בריסל, וואו זי האפט צו קומען צו אן ענדגילטיגן אפמאך מיט די אייראפעאישע באאמטע, איבער וויאזוי עס וועט ארבעטן גרעניץ זיכערהייט, בירגער רעכטן און פינאנציעלע האנדלערייען, נאכדעם וואס ענגלאנד וועט זיין אפגעטיילט.

בילד: חרטה איבער ברעקזיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל