קאראקאס – דער ווענעזועלער פרעזידענט ניקאלעס מאדורא האט נעכטן געזאגט, אז זיין רעגירונג וועט גרינדן א "קריפטא-קורענסי" וואלוטע, דאס הייסט א טעכנאלאגישע אינטערנעט-וואלוטע, אויפ'ן שטייגער ווי ביטקוין, און עס וועט שטיין צום באנוץ פאר'ן גאנצן פאלק און פאר אלע ווענעזועלער ביזנעסער. מאדורא האט געזאגט אז דאס איז אין רעאקציע צו די שווערע עקאנאמישע סאנקציעס וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויפגעשטעלט אויף זיין לאנד, וואס האט בלאקירט פילע ביזנעסער און פילע אינדוסטריעס אין ווענעזועלע צו טאן ביזנעס מיט אנדערע לענדער, און דער ציל פון דער נייער נאציאנאלער אינטערנעט וואלוטע וועט זיין, צו העלפן בירגער און ביזנעסער אויסצומיידן און אויסצוקרויזן די אמעריקאנער עקאנאמישע בלאקאדע. די ווענעזועלער ביטקוין וועט הייסן "פּעטרא", און מאדורא זאגט אז עס וועט זיין אונטערגעשטיצט פינאנציעל דורך ווענעזועלע'ס נאטורליכע אוצרות פון אונטערערדישע אויל, אבער מער דעטאלן, וויאזוי עס וועט ארבעטן פאר'ן גאנצן לאנד, האט מאדורא נישט ארויסגעגעבן.

בילד: ווענעזועלע גרינדט קריפּטא-קורענסי וואלוטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל