בערלין – דייטשע אויטאריטעטן, וועלכע האבן אויסגעפארשט א דעליווערט פעקל וועלכע האט פארמאגט מאכטפולע אויפרייס מאטעריאל, זאגן אז זיי האבן געלעזט דעם קעיס און עס האט גארנישט מיט טעראר, נאר ס'איז געווען א קרימינאלע אקט. דאס פעקל איז געליפערט געווארן פרייטאג צו א פארמאסי נעבן א חאגע-איינקויף מארקעט אין דער שטאט פאטסדאם, און איינגעשטעלטע אינעם פארמאסי האבן באלד אלארמירט די פאליציי, באמערקנדיג דראטן און אנדערע זאכן זיך ארויסשטעקן פונעם פעקל. דער מארקעט איז עוואקואירט געווארן און מ'האט זיך געזארגט אז דאס איז אן אייסיס אטאקע, וויבאלד די טעראר גרופע האט גערופן אירע שטיצער צו צילן חאגע-איינקויף מארקעטס. למעשה האבן די פאליציי געטראפן א בריוו אין פארבינדונג מיט'ן פעקל, אין וועלכע די וואס האבן געשיקט דעם פעקל שרייבן אז זיי צילן די דייטשע ליפערונג פירמע "די-עיטש-על" און פארלאנגען א סומע געלט, זאגנדיג אז אויב וועט מען זיי נישט געבן דאס געלט, וועלן זיי שיקן נאך פעקלעך מיט אויפרייס מאטעריאל.

בילד: דייטשלאנד אויפרייס מיסטעריע געלעזט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל