פרעזידענט טראמפ איז היינט אנגעקומען קיין יוטא ווי ער געמאלדן א באשלוס פון זיין אדמינסטראציע צו דראסטיש איינשרומפן - מיט ארום 90% - די גרויסקייט פון א ארטיגע נאציאנאלע מאנומענט די ״בער עירס (בער אויערן)״ פארק, און די דערנעבנדיגע ״גרענד סטעירקעיס עסקאלאנטעי״  ביידע געפונען זיך אין יוטא און זענען נאציאנאל בארימט מיט זייער אייגנארטיגע אומבארירטע נאטור, די ״גרענד סטעירקעיס״ פארק ווערט באשיצט פון אינדוסטריעלע גראבונגען און אויל זוכעניש אונטער א דעקרעט פון פרעזידענט קלינטאן פון יאר 1996, און די בער עירס איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא ביי די ענדע פון זיין טערמין.

די באשלוס פון די פעדעראלע רעגירונג האט אויסגערופן אויפברויז ביי טייל לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען אצינד באגרעניצט איבער וויאזוי זיך צו באנוצן מיט׳ן פארק, און פרעזידענט טראמפ האט שוין ביי זיין קאמפיין פארשפראכן צו צוריקדרייען דעם באשלוס און עפענען די פארקס פאר אינדוסטריאלע פירמעס צו זוכן פאר אויל אדער מינעראלן, און אזוי אויך פאר חיות פאנגער צו פאנגן די בעלי חיים וואס לעבן דארט. אבער טייל לאקאלע איינוואוינער זענען גאר שטארק אויפגעברויזט אויף פרעזידעט טראמפ׳ס באשלוס, ספעציעל די לאקאלע אינדיאנער שבטים וועלכע באשיצן דעם נאטור רעזערוואר און ווארענען אז דעם פרעזידענט׳ס באשלוס קען רואינירן איינע פון די וועלטס שענסטע נאטור ערטער, און זאגן אז זיי וועלן אנקלאגן דעם פרעזידענט אין פעדעראלע געריכט אויב ער גייט ווייטער מיט זיין באשלוס.

בילד: קאמפ איבער פרעזערוואציע פון נאציאנאלע נאטור רעזערוואר אין יוטא 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל