די ״קאטאי פאסיפיק״ עירליינס האבן געמאלדן אז איר מאנשאפט און רייזנדע אויף א פליגער וועלכע איז געפלויגן פאריגע וואך פון סאן פראנציסקא קיין האנג קאנג האבן געזען לעבעדיג דעם מיסיל פון נארט קארעא און מיטגעהאלטן ווי זי רייסט אויף אין די לופטן, א זאך וואס האט געברענגט שרעק און פאניק אויפ׳ן פליגער. די מאנשאפט האט אבער באאבאכט אז די מיסיל האט אויפגעריסן באלד ווי זי איז אריינגעקומען אינעם אטמאספערע נאכ׳ן רייזן טויזנטער מייל, נישט ווי נארט קארעא האט געזאגט אז עס האט געלאנדעט אין ים, א זאך וואס באדייט אז די מיסיל איז נאך ווייט פון גרייט צו פאקטיש גענוצט ווערן אין אפעראציעס.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה